תג מ8מ1.ן חאפו1ומתמ1נצ 41,ד1611ם 6תע2עמ8מ/2ע21עפ אע צע1פ

2 .סאו

קאאות /+ עאסקן |288ג)

192260 1161 0164

6 111846 1088 16ססט 1115 װס65610011זטן 11ו10116דד0ת 1481067 166 67 1215 /וט 7 1161 10

ז181116 װז/ס/8ה 5076

צצפצט,ז4,ע 48 זא /1נ1 08 1,261 01:) טמ אעשידג, 111 מופ!נפמסזצ

2

אה דאוםי) 8668 ופוטסנ1צ, זא א116,/וו

פ5דזדעפטע1,8559861א , 51 111 ג,

אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א פדדעפט4-4 ,59 , 1דפ עט דע

60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413

)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ

עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ

;צם פעפונצסעע ,לע

4 1 01960ט) 1006 1

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ /ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 101111601101 1 ז111/50//10 חזחטזסם הוח 100016 8160 208 06 +ז6ט10 1ס1011110011 16/3008 151911160118 0561 .כן /161

1010111115/6 800 614 5001 101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא ז6116) 000 310615/1 8 1101

{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 .151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8

1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז -1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס -- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 .18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 024204ס 16256קן

3 א. דיק.

ער'שטער באג ד,

פאַרלאג ש. שרעבערק, ווילנע

פּאַרקוֹיף: גצזעלשאפט , צענטראַל" װאַרשע.

8 ואס וסאסא משה?פחםא חזא גא! 088או5 אטאס

אינהאַלט פוּן ערשטן בּאנד

64 6 6 4

5

6

א א = הו ת = הו = הז הו וי הו

איינלייטונג

חייציקל אַליין

דאָס רענדע?

די אורחים אוּן דוּראַטשעשאָק

אַ פאַרדרייעניַש אָדער ר' שמעון נוּנצער

ר' ישעיה זשוכאַװלצער

פיט 4069"

דיק

אל 3 פאפטקענאקעיעפֿײלפֿי:"י יע

1

ווילנע, די שטאָט פון יידישן װאָרט און װיץ, די שטאָט פון טראַדיציעס און אױסגעפאָרמטן יידישן לעבּן, די שטאָט, װאָס דערהױבט זיך אַזױ זיכער איבּער אַ רײ שטעט, װי מינסק, קאָװנע, גראָדנע און אַנדערע, האָט דאָך אין יענער צײט, װען עס איז געלײגט געװאָרן דער פּנדאַמענט פון דער יידישער ליטעראַטור, נישט אַרױסגעשטעלט קיין איין רעכֿטן מיטהעלפער, קיין איין בּוער, קײן אין פעסטן טאַלענט, װאָס זאָל אונד אַרױסװיגקען פון יענע יאָרן װי אַ העל פייערל,

די התחלה פון דער יײדישער ליטעראַטור שלענגלט זיף' ערגע? אין אָדעס אָדער װאַרשע. עס איז געװען אַ מעב- דעל אַ ליגעצקי אָדער אַן עטינגער, צִי גאָר אַ שאַצקעס, אַלץ אַזױינע נעמען, װאָס האָבן גאָרנישט געװאַט צו טאָן מיט װילנע. פאַר דעם ליבּהאָגער פון דער יידישער ליטעראַטור שווימט עפטער אַרױס די פראַגע: ואו איז וילנע געװעון גי דער התהלה פון דער ידישלר ליטעראַטור? װאו

איז איר װאָרט, איר ציגל אינם פונדאַמענט! אױבּ נישט וילגע, איז במילא אויך נישט מינסק, נישט קאָװנע, נישט גראָדנעי ווייל אוב נישט דער צענטער, טאָ װאָס קאָנען געבּן די קלע- גערע בּלאַסערע פּונקטן? עס איז אָבּער געווען אין װילנע איינער, װאָס האָט בלי שום ספק געקאָנט דערגרײכֿן די זכֿיה אַװעקגעשטעלט צו װערן אין דער ערשטער שורה פון די-יעניקע, װאָס האָבּן אַװעקגע- לייגט דעם פונדאַמענט פון דער יידישער ליטעראַטור.

צווישן מענדעלין, לינעצקין, עטינגערן אָדער אפילו שאַצ- -קעסן האָט מען געַקאָנט מיט גרויס תּענוג דערמאָנען דעם נאָ- מען אײזיק-מאיר דיק.

ער האָט עס אֶבּער נישט אינגאַנצן דערגרײכט.

1

| אייויק-מאיר דיק איז געבּוירן געװאָרן אין יאָר 1807 אין ווילנע. פאַר יענע טונקעלע צייטן, װען אפילו אַ יוד אַ נגיד, דאָס הײסט דער שטאַרקסטער מענטש אין דער ידישער גאַס, האָט זיך קינדיש געשראָקן פאַרן בוך און פאַר השכּלה, האָט אייזיק-מאירן אייגנטלעך געגליקט: אַ פּריץ האָט אים געלערנט דייטש, מען האָט אים געלאָזט האַלטן אַ בּוך אין דער האַנט און ער האָט לײפֿט געקאָנט עפענען יענע גאָלדענע טיר פון העלן ליכֿט און װיסן, װאָס אין כּמעט פאַר אַלע יידן פון יע- נער צייט געווען פאַרריגלט און פאַרשלאָסן מיט טױיזנטער שלע- סער. אייזיק-מאיר דיק האָט אָבּער געהאַט זייער א פּאַסיווע נאַ- טור און האָט געשטעלט נישט זיכֿער דעם פוס. ער איו אפילו

ג

געגאַנגען פּאָראויס, אָבּער יעדעס מאָל אין ער באַלד געלאָפן צוריק און צו אַלץ האָט ער זיך בּאַצױגן שטיל און נאָכֿגיבּיק,

זייער פרי האָט מען אים חתונה געמאַכֿט און דער שװער, דערציילט מען, האָט אים גערופן שליממזל,

--דער שליממזל ויל עסן,--פלעגט ער זיך אָנרופן צו דער טאָכֿטער און בּעת-מעשה אָפּמעסטן דעם איידעם מיט שװע- רע האַמעטנע בליקן. = --שליממזל! |

ער האָט געפּרוכט אַריינשמעקן אין אַ ראַבינערשול, האָט געאַרבעט אין אַ השללה-קרייזל און געחלומט פון גרויסע קענט. נישן און ידיעות, אָבּער דערפון אין גאָרנישט געװאָרן, און אַו ער האָט געדאַרפט דערנערן א וייבּ מיט קינדער, װײיל סאי שוין מער נישט געװען דער שװער, װאָס פלעגט אים רופן שליממזל און דאָך געבּן עסן, איז ער, אָנשטאָט צו װערן אַ מלמד, געװאָרן אַ לערער, װאָס איז, נאַטירלעך, איינס און דאָסזעלבּע. אייזיק-מאיר דיק איז שטיל און נאָכֿגיבּיק אַרײן אין שפּאַן און דאָ, אין שפּאַן, האָט ער אָנגעהױבּן צו שרײבּן. ער האָט געשריבּן אין נויט, אין צװאַנג און שוייס, וי אַ בּעל. מלאכֿה, װי אַ שניידער, װי אַ שוסטער, װאָס אַ פאַרצײיטיקער ּאַלעבּאָס איז אים געשטאַנען איבּערן קאַרק און געשמיסן און געיאָגט און געצאָלט בלויז גראָשנס... |

צוויי רובּל, דריי רוגל פאַר אַ בּיכֿעלע.

גיסלעפֿװײין איז די לערעריי געפאַלן, די תּלמידים זיינען צורונען געװאָרן און עס איז געגּליבן בּלוין דאָס שרײבּן, דאָס בּיכֿעלע, די צוויי-דריי רוגּל.

דאָס הייסט דער שװײַס פון טאַלענט, װאָס האָט אים געדאַרפט געבן חיונה,

אַזואַרום איז אָבּער געווען-נישט קיין טאַלענט און נישט קיין חיונה.

11

יו

אייזיק-מאיר דיק איז בלי שום ספק געװען אַ מענטש מיט עכטן טאַלענט, און װי עס טרעפט מיט אַן עכֿטן טאַלענט, האָט דיק זײיער גוט געקענט דאָס לשון, אין װעלכן ער האָט געשריבּן און דאָס לעבּן, װאָס האָט פאַר זיין שאַרפן אויג גע- שוויבּלט און געגריבּלט מיט פאַרשידענע געשטאַלטן און פּאַר. שוינען, מיט כּלערלײי סצענעס און בילדער, י אין די ערשטע צייטן, װען די פאַבּריק פון די בּיכֿעלעך אי נאָך נישט געװען אין פולן גאַנג, האָט איזיק-מאיר דיק ממש איבּערראַשט מיט זיין שיינעם גלאַנצפולן יידיש, מיט דעם אימפּעט און שאַרפקײט. פוֹן זיין קורצן זאַץ און מיטן היסן אָטעם פון די לעבּעדיקע פּאַרשױנען און סצענעס. װאַרפט מען, אַ שטייגער, אַרױס פון ,חיײציקל אַליין" די װערטער ,ואר", אונד? און נאָך אייניקע, װאָס האָבּן, װי אַ מין צוטשעפעניש דיקן בּאַגלײט דאָס גאַנצע לעבּן, קאָן דאָסדאָזיקע מערקוירדיק גּיכֿעלע, װאָס איז געשריבּן געװאָרן מיט זעכֿציק יאָר צוריק, פולשטענדיק קאָנקורירן מיט דער פּראָזע פון אַ היינטיקן יידישן בּעלעטריסט. דער פיינער בּוי פון זאַץ מאַכט אַן איינדרוק פון אַן איינגעפונדעוועטער ליטעראַטור, װאָס איר התחלה איז גע- מאַכֿט געװאָרן נאָך מיט דורות צוריק, מענדעלי װאָט איבּערגעטראַכֿט און איבערגעקלערט און איבּערגעפּרעסט אין קאָפּ יעדן יידישן זאַץ, מען זעט די אָנוע- שטריינגטע אַרבּעט אויף אים און מען פילט בּעת מעשה די שטריינגע האַרבּע לאָגיק פון דער גראַמאַטיק. עס מאַכֿט דעם איינדרוק, װי ער װאָלט געשמידט אַ שטיק וילד פּאַרזשאַװערט אייזן מיט אַ קליין פאַרעקשנט העמערל. אייזיק-מאיר דיק, װאָם

זן

האָט געשריבּן פריער פון מענדעלין, און האָט נאָך דערװײל נישט געזען קיין מוסטער פון אַ ליטעראַרישן ייריש, האָט אָבּער נישט געוואוסט פון דידאָזיקע קייטן. ער האָט זיך נישט אָנגע- שטריינגט און נישט געפּרעסט אין קאָפּ דעם ואַץ. ער האָט גע- שריבן לײכֿט, איינפאַך און שנעל, פונקט װי ער װאָלט געזונ* גען. ער האָט זיך נישט גענױיטיקט אין אַ מוסטער, וייל ער האָט דעם מוסטער אומבאַואוסטזיניק געפילט אין זיך. און דע- ריצער איבּערראַשט אין דיקן מער דער סטיל, וי דאָט בילך, מער דאָס װאָרט, װי די געשילדערטע סביבה, בּשעת מען נעמט אין בּאַטראַפֿט יענע װיסטע טונקעלע צייט, װען דיק האָט אָנ- געשריבּן די ערשטע בּיכֿעלעך נישט בּלױז פּאַר זיך, נאָר אויך פֿאַר דער יידישער ליטעראַטור,

די ערשטע בילעלעך פאַר דער יידישער ליטעראַטור.

1,

אין זיינע ערשטע װערק שלאָגט דער הײטער אָטעם פון זי געשטאַלטן און ראַרשויגען, װאָס װערן דאָרט געשילדערט. על-פּי-רוב זיינען זיי ‏ גאַגאָסן מיט אַ צאַפּלדיקן הומאָריסטישן שיין, דער הומאָר װערט טיילמאָל פאַרװאַנדלט אין יענעם ליבּן געצענטשטן שאַרז, װאָס פאַרדאַרבט נישט דעם רעאַלן טאָן פון דער זאַך, נאָר פאַרקערט, ער זאַפּט אים אָן מיט מער לעבן, מיט אַ שטאַרקערן קלאַנג פון װירקלעכֿקײט. ,װײציקל אַליין", ,ר' שמאַיע גוט-יום-טוב-בּעטער", ,די אורחים אין דו- ראַטשעסאָק" און אַנדער ע--דאָס זיינען אַלץ בּאַקאַנטע פּאַרשױגען פון דער פאַרצייטישער יידישער גאָס. זיי זיינען שוין לאַנג אױסגעשטאָרגן, אָבּער מיר זעען וורך זײ, װי דורך גומע ברילן, פאַרשוואומענע דורות און שטיקער לעאנס, האָס וײינען

אויסגעלאָשן געװאָרן אונטער די קילע װינטן פון דער צייט,

דיק האָט געהאַט אַ שאַרף אױיג און אַ שטאַרקן חוֹש פאַר הומאָר, צװישן די פרומע האָט ער על-פּי-רוב גענומען דעם שווער-געפּעלצטן צבועאק, צװישן די נגידים--דעם קמצן און דעם אינגהאַרציקן, צװישן די כּלי-קודש--דעם שנאָרער, חונף און רמאי און צװוישן די אויפגעקומענע--דעם נאַרישן און פּוסטן בּעל-גאוה. ער האָט זיי גענומען און אוסגעזונגען זיי אין פּרײילעכֿע קאָמישע קלאַנגען, |

חייציקל און שמאַיע גוט-יום-טוב-בעטער זיינען געװאָרן גע- צײכֿנטע געשטאַלטן אין דער יידישער גאַס. מען האָט זיי געקענט און מען האָט געטייטלט אויף זיי מיט די פינגער. אױף אַ צו= פּיעסטעט, שלעכט אױפגעהאָדעװעט קינד האָט מען געואָנט י

--דאָס איז אַ ,חייציקל אַליין",

און אַ שנאָרער, פרעסער און טעלערלעקער האָט געהייסן:

--- שמאַיע גוט-יום-טוב-בּעטער,

מען האָט אָבֹּער דיקן, דעם מחבּר פון דידאָזיקע פּאַרשױ- נען, איך געקענט נישט װײניקער פון זיינע פּאַרשױנען. עס איז זיך שווער פאָרצושטעלן אַ שריפטשטעלער, װאָס זאָל זיין אַזױ פּאָפּולער בּיים פאָלק, װי דיק איז געװען. דאָס איז איגן- טלעך געווען דער איינציקער שרײיבּער, װאָס איז געלייענט גץ- װאָרן נישט בּלויזן אין עסצימער און אין שלאָפצימער, נאָר אויך אין קיך. אייזיק-: -מאיר דיקן האָט געלײיענט די דינסט און דער משרת,

דער ייד פון יענער צייט האָט זיך אויסערלעך כּלומרשט בּאַצױגן מיט אַ װידערווילן צום ,זשאַרגאָן". פון אױבּן אַראָפּ האָט ער געקוקט אויף דיקס ביכעלעך, און עס איז דערגאַנגען אַזױ ווייט, אַז די ווענדונג פון מִחבּר צום לעזער, לױט דעם אַלטן נוסח, האָט זיך בּיי דיקן בּאַצױגן צו דער לעזערין. דיק האָט געמיינט נישט דעם ,לעזער', נאָר די ,לעזערין". דאָס האָט געשאַפט אַ געװיסן קאָנטאַקט צװישן דיקן און דער יידי-

שער פרוי, װאָס האָט געזוכט און געקויפט זיינע פּיכֿעלעך אַזי פינקטלעך און רעגולער, װי זי האָט געקיפט פיש איף שבֹּתו די דירעקטע ווענדונג צו איר האָט אויסגעװװועצט צאַרטע פעדעם צווישן דעם מחגר און איר,

דער פּאָפּולערסטער שרייבער בּיי אונז,--פאַרצײיכנט פּא=- פירנע אין זיינע זכֿרונות,.--האָט מיר אַמאָל געזאָגט ש. י. פין, איז דיק, א ווילנער באַלעבּאָסטע, אַרױסגײענדיק פרייטיק מיטן קויש אויפן מאַרק, איינצוקויפן אויף שבת גרינװאַרג, לעקעך און ד. גל,, װעט נישט קומען אַהײם אָן דיקס עפּעס אַ דער" ציילונג, װאָס זי האַנדלט איין פאַר עטלעכֿע קאָפּיקעס, װי די ליבּסטע נאַשערײי לכּבוך שבּת",

אָבּער דיקן האָבּן אויך געלײענט דִי מאַנטלײט נישט װיי- ניקער װי די װײבּער. אױיפערלעך האָט מען נאָר געמאַכֿט אַן אָנשטעל, אַז מען האָט צו טאָן מיט אַ ,זשאַרגאָן-בּיכֿעלע", אָבּער אייגנטלעך האָט מען ממש געבּרענט פון התפעלות, און דאָס הֹאֶבֹּן זיי צוטראָגן און צוקלונגען זיין נאָמען איבּער אַלע ידי- שע ישׁובּים פון ליטע. נישט לייענען דיקן האָט אין יענער צייט ‏ געהײסן--נישט קענען זיך און נישט קענען דאָס פאָלק, נישט װויסן די אייגענע מעלות און די אייגענע הסרונות,

יצ

דיק װאָט זײיער ליב געהאַט וילנע, װאָס האָט בי אים על-פּי-רוב געהייסן פאַרשטעלט--לינאָװע אָדער לינװע. וי יעדער עפֿטער הומאָריסט, האָט ער דוקא ליב געהאַט יענע סביבה און יענט וינקל, װאָס ער האָט אַזױ גערן אױסגעלאַכֿט. אָכּער דיקס ליצע צו װילנע איז געווען אַן אויסטערלישע, אַ קיגדישע. אַלץ, װאָס ער װאָט אָנגעשריפן, אַלע זיינע בּיכֿע-

{1צ

לעך שמע קן מיט וילנע. זיין פּאַריז, דאַנציג, האַמבּורג און פּראָג זיינען שטיקער וילנע. דידאָזיקע שטאָט אָטעמט אַרױס פון אַלע זיינע שורות. אין זיינע הערות, בּאַמערקונגען און אָפּװײכֿונגען בּריינגט ער דאָס רוב בּיישפּילן פון ווילנע. װען מען װאָלט געקאָנט מאַכֿן אַ פאַרגלייך צװישן דיקן און,.. מאָפאַ- סאַנען, װאָלט זיך געלאָזט זאָגן, אַז וילנע איז אַזױ איינגע- װעבּט אין דיקן, װי פּאַריז אין מאָפּאַסאַנען.

דיק איז געווען א װיצלער, און עֶר האָט געשאָטן זיי. - נע ויצן איבּער וילנע, װי טראָפּנס פון אַ ים. מען דער- ציילט, אַז יעדער שמועס מיט דיקן האָט זיך געמוזט ענדיקן מיט וויצן, עד-היום שפּאַצירן זיי אַרום איבּער ווילנע. אויך זי- נע וויצן האָבּן געשמעקט מיט וילנע, מיטן וילנער לעבּן, מיט ווילנער באַלעבּאַטים און פאַרשידענע שטאָטגעשעענישן,

אַ ששיק לעבּן האָט דיק פאַרבּראַכֿט אין דערדאָזיקער | שטאָט און ער האָט געקוקט איף איר, וי אױיף א יידישער מלוכֿה, װאָס דאַרף אָבּער געהערן רוסלאַנד און דאַרף געהאָרכֿן רוסלאַנד,. אין רוסלאַנד אין געזעסן אַ האַרבּער מלך און פאַר דעמדאָזיקן מלך האָט ער זיך שטאַרק געשראָקן

אַ סך לעגענדעט און סתּם ויכֿטיקע היסטאָרישע געשעע- נישן, װאָס זיינען פאַרבּונדן מיט וילנע, האָט ער באַאַרבעט און פון זיי איז בּאַזונדערס װערט צו דערמאָנען זיין ,יהודית די צווייטע*, א דערציילונג, װאָס אַנטפּלעקט אונז בּולט די אֵל- טע ווילנע מיט איר פאַרצײטיקן לעבן, מיט אַמאָליקע גזלנים, מיט אַמאָליקע יידישע שיינקערס, נאַטשאַלסטװע, רעװייעס, תּליות און דעסגלײכֿן, װאַרפט מען אֶָפּ די פאַבּולע, װאָס קלינגט װי אַ לעגענדע, לייענט זיך דידאָזיקע דערציילונג, װי א שטיק געשיפֿטע פון וילנע. |

עס איז גאָרנישט שװער זיך פאָרצושטעלן, װי אַזױ דיק האָט געלעבּט אין װילנע. דער טאָג האָט זיך אָנגעהױבן אין שול, װאו עס האָט זיך נישט אַװי געדאַװנט, װי געשמועסט,

111צ

מען האָט געקאָנט כֿאַפּן אַ שמועס מיט אַ באַלעבּאָס אָדער אַזױ מיט אַ יידן פון א גאַנץ יאַר און דערבּיי אַרײנװאַרפן עטלעכֿע נייע ויצן, אויסערדעם, האָט מען געקאָנט קוקן און זעטיקן דאָס אויג מיט פאַרשידענע געשטאַלטן, אין שול האָבּן זיך דורפֿגעװאָרפן עקזעמפּלאַרן פון אַלע קרייזן אין דער ידישער קזילה, אָנגעהױבּן פון די זאַטע כּלי-קודש און געענדיקט מיט די שנאָרער, װאָס זיינען נאָר-װאָס אָנגעקומען פון א פרעמדער + שטאָט און זייגען געשטאַנען הינטער דער בּימה,

גייט מען פון שול אַהײם, מאַכֿן זיך װידער באַקאַנטעי קאָן מען װױידעראַמאָל אויסגריינגען די נײע װיצן און בֹּעת מעשה קוקן אויף ווילנע, אויף די ליבּע גוט-בּאַקאַנטע גאָסן און געטלעך מיט די שאַרפע ריחות, װאָס ריידן אפשר פון אַן אָרעמען, דערפאַר אָבּער אײבּיקן יידישן לעבּן, װאָס װעט זיכער קיינמאָל נישט אונטערגיין.

נאָכדעם איז אפילו די הײים און דאָס װײבּ, און דאָרט לאָזט זיך טיילמאָל הערן אַ בּייז װאָרט. אָבּער עס שאַדט נישט, דיק איז בּטבע אַ שטילער מענטש און ער קאָן פאַרשװײיגן. ער קאָן אפילו שרייבּן אונטער א בּייז װאָרט און אונטער אַ שװערן בּרום.., און נאָכֿדעם לאָזט מען זיך װידער אין גאַט אַרין. מען כֿאַפּט זיך אַרײין צו אַ בּאַקאַנטן, וואו מען קריגט אַ גלעזל װאַרעמס און עס הױיבּט זיך אָן א גייע סדרה מיט ויצן אַך, די ויצן, זיי זיינען פּשוט מחיה נפשות,

נאָר אָט פאַלט צו דער אָװנט, און מען קאָן זיך ערשט נעמען רעכט צו דער אַרבּעט. ער נעמט די פּען אין דער האַנט, װי מען נעמט אַ געצייג, און אין דעם שטילן חדר, ואו אַלע שלאָפּן און פֿראָפּען לײפֿט צו, בּויגט ער זיך צו מיט זיין שאָטן צום טיש, מיטן געצייג אין דער האַנט..

א1

אין דער ערשטער צייט האָט דיק געקאָנט שרייבן דאָס, װאָס ער האָט געװאָלט. ער האָט געקאָנט פאַרקלערן א זאַך, אַרײנקוקן אין איר מיט זיין שאַרפן אױג, איבּערמעסטן און איבּערוועגן זי, און בּיים שרייגן אָנפילן זי מיט הייסן בלוט, זיין פּען איז נאָך דעמאָלט נישט געװען קיין מלאכֿה-געציג,

דידאָזיקע גוטע יאָרן האָבּן זיך אָבּער זײיער שנעל גע- ענדיקט, דאָס שרייבּן איז געװאָרן זיין קװאַל פון חיונה, און מען האָט יעדע װאָך געמט אָנפּאַקן אַ בּיכֿעלע. דעמאָלט האָט ער על-פּי-רוב געשריבן איבּערגעניצעוועטע זאַכֿן, פון פרעמדס האָט ער געמאַכֿט אייגנס. ער איז אַרױף אויפן װעג פון שמ"רן און זיין גלײכֿן און האָטס געשריבּן פאַרשידענע מעשיות מיט אַ שלעכטן אָנהױבּ, מיט אַ מוראדיקן מיטן, אָבּער מיט אַ גוֹטן סוף. אַ דערציילונג האָט שוין נישט געדאַרפט זיין קיין פּראָדוקט פון אויג, קיין זאַך פון פאַרבּ און האַנדלונג, נאָר אַ מיטל צו קיצ- לען די נערוון פון לעזער. אַ דערציילונג האָט געדאַרפט זיין אַ פּלאָנטער, װאָס האָט אומבּאָדינגט געדאַרפט שרעקן מיט איר אָנהױב, צעטרויסלען מיט דעם מיטן און דערפרייען מיט דעם אומגעריבֿטן סוף. | | |

אָבּער אויך דאָ, אין דערדאָזיקער מלאכֿה, האָט זיך ער- טערווייז דורכֿגעריסן דיקס פאַרשטיקטער הומאָר צואַמען מיט אַ גוטן פיינעם זאַץ, װאָס איז אָבּער באַלד צעשעדיקט געװאָרן אין גרויס איילעניש, |

שמ"ר האָט פאַרגויעשט דאָס יידישע. פיי שמירן קױלעט מען זיך און מעָן שיסט זיך און מען וערגט זיך. מען טוט אֶפֹּ כּל דבר אסור אין אַ גױעשן מאַשטאַבּ. אַלץ, װאָס ער האָט גע-

5

נומען פון פרעמדע קװאַלן, האָט אין זיין װערקשטאַט נישט פֿאַרלאָרן דאָס פרעמדע. ער אין געוען אַ שלעכֿטער איבּערני" צעווער. אפילו די יידישע נעמען האָבּן בּיי אים נישט גע- טויגט. דיק אָבּער האָט פאַריידישט דאָס גויעשע. ער האָט אוים" געהויבּען דעם יידישן בּאָדן איבּער דער גויעשער ערד. דער פּלאָנטער, װאָס בּאַשטײט בּיי שמ"רן פון קוילן, גיפט און שװוערד, קנוילט זיך בּיי דיקן פון. כֿיטרע ריין-יידישע שפּיצלעך און פאַרדרייענישן,. נישט אומזיסט הייסט בּיי אים די מעשה מיט ר' שמואל נונצער , דאָס פאַרדרייעניש". אַ פאַרדרײעניש, אַ כֿיטרע שפּיצל, אַן אונטערגעשטעלט פיסל, אַ פאַרלויפן דעם וועג, --דאָס אַלץ איז יידישלעכֿער, וי קלעפּ און רציחה.

דיק האָט אַרײנגעבּלאָון א יידישן אָטעם אין די פרעמדע איבּערגעניצעוועטע זאַכֿן, ער װאָט תמיד צוגעגעבּן עפּעס פון דער יידישער סביבה, עפּעס רעאַלעס, ממשותדיקס: איידישן שדכֿן, אַ יידישן בּעל-טובה, אַ וואויללערנער אָדער אַ רבּל, אַזוֹי, אַז אפילו אַ גױ זעט בּיי אים אויס װ. אַ ייך,

בּײַ דיקן איז אַלץ דורן און דורך יידישלעך, און וען נישט דאָס לשון מיט די געשעדיקטע--נישט שלעכטע, נאָר ג צ- שע ד יק טע--זאַצן, מיט דער דייטשמערישקייט, װאָלטן אַ סך בּיכֿלעך זיינע געקאַנט דינען פאַר אַ מוסטער, וי אַזױי איבּער- צוגיסן אַ פרעמדע ליטעראַרישע אַרבּעט אין אַן אייגעגע,

וצ

װאָס איז דאָך געשען מיט דיקן? פּאַרװאָס האָט מען אים אויפגעהערט צו לייענען? פאַרװאָס איז געפאַלן זיין נאָמען פאַרװאָס האָט מען אים פאַרגסען און, דערעיקרשט, פאַרװאָס האָט ער נישט זוכה געװען צו זיין יענער שליח פון וילנע,

1

פון דער סאַמע יידישער שטאָט, צו לייגן. דעם פונדאַמענט פון דער יידישער ליטעראַטור? ‏ : מיט דיקן איז געשען דאָס גרעסטע אומגליק, װאָס קאָן נאָר /געשען מיט אַ שרײבּער: ער האָט פאַרלאָרן דאָס לשון ד, ה. ער האָט פאַרלאָרן דאָס בּאַװואוסטזיין פון זיין טאַלענט.

ער האָט זיך נישט געלייטערט אין זיין שרייגן, ער האָט נישט געשטיגן, נישט גערוקט זיך העפֿער, װי עס טרעפט על- פּי-רוב מיט אַ טאַלענט, נאָר ער איז פאַרפּסולתט געװאָרן און האָט זיך אַראָפּגעלאָזט. ער האָט זיך פאַרלאָרן, ער איז געװאָרן דער שעפער פון דעם אַזױ-גערופענעם דײטשמערישן אַץ. זיין זאַץ איז בּאַשטאַנען פון געשעדיקטע דייטשע װערטער, גע- מישט מיט סלאַװיאַניזמען, א קאַשע, װאָס קיין שום געשמאַק קאָן עס נישט פאַרדייען. 0

דידאָזיקע ירידה לאָזט זיך דערקלערן דורך פאַרשידענע סיבּות, די פּאַסיװוע נאַטור, די צוריקגעהאַלטנקײט און די נויט- . דאָס זיינען, נאַטירלעך, די הױיפּטסיבּוח,

דיק איז געװען אַ מענטש פון ג דר און אַ מענטש פון בּאַלעגאַטישן שניט. נישט געקוקט דערויף, װאָס ער איו גע- שטאַנען מיט אַ קאָפּ העכֿער פון זיין סביבה, װאָס ער האָט אױפגעפֿאַפּט מיטן אויג אירע שװאַכֿע זייטן און האָט אַ סך גע- לערנט און אַ סך געקענט, איו ער דאָך פאַרבליגן, אַזוי צו זאָגן, אַ סביבת-מענטש, אַ ייד פון אַ גאַנץ יאָר. זיין טאַלענט האָט אים נישט אונטערגעזאָגט, װאָס ער האָט צו טאָן, און זיין בּאַוואוסטזײין, אַז מען בּאַדאַרף שריבּן ידיש, האָט אים אויך נישט אַרױסגעהאָלפן, און אַז די שװײיספאַבּריק פון די בּיכֿעלעך איז אַװעק אויף אַלע רעדער, האָט ער געפועלט בי זיך צר לערנען דאָס פאָלק דייטש דורך זיינע בּיכֿעלעך. פאָרם, שפּראַך און סטיל זיינען געװאָרן נעבּנזאַכֿן, קלײניקייטן, און אויפן ערשטן פּלאַן זיינען געשטאַנען די למודים פון דייטש. עֶר האָט געשריבן: ,דיזע טרייסט װאָרטע װאַרען בּאַלזאַס אין איר װאוג-.

411

דעס הערץ,, אָדער: ,צום אומגליק װאַר די מאַרגרעטע נישט בּיי דיזעס איבערפאַל" אָדער: ,עס איז אַ גרויסער מאַרטער פאַר דיזע עריזענדע צו פאַרשמאַכטן פאַר דורשט" און אַז. װ,, און אַז. װ. דאָס איז געוען אַ שטריקל, אויף װעלכן דיק האָט בּידים אױיפגעהאָנגען זיין אייגענעם טאַלענט,

דורך דידאָזיקע למודים האָט זיך דאָס פאָלק קיין דייטש נישט אויסגעלערנט, און אָנשטאָט צו לייענען דיקט פּיכֿעלעך, ואר מען האָט געדאַרפט בּרעכֿן דעם קאָפּ איבּער פאַרשידענע משונהדיקע אויסדרוקן, זאַצן און גאַנצע זייטלעך, האָט מען זיך בּעסער אַ װאָרף געטאָן צו שמ'רן, װאו מען האָט אױך געפו- נען אַ רעכֿטע פּאָרגיץ ,דייטש", אָבּער עס איז דאָך געװען מעגלעך צו פאַרדייען. : |

דיק האָט אַזֹי װי אינגעדרעמלט אין זיינע דייטשע למודים, װאָס וייטער, איז אַלץ ערגער געװאָרן. אין יענער צײט האָט זיך שוין באַװיזן דער זײידע, װאָס האָט געמאַכט אַזונע געװאַלטיקע שפּראַך-אָנשטרײנגונגען. מענדעלי איז געווען די ערשטע און האַרבּסטע התראה, אַז מען טאָר נישט שרייגן קיין דייטשמערישן ידיש און קיין סלאַװישן יידיש, נאָר א יידישן יידיש און אַז דער תּכֿלית פון אַ װערק ליגט גישט בּלויז אינם אינהאַלט, נאָר אויך און אפשר דערעיקרשט--אינט לשון, | יי עס מאַכט דעם אײנדרוק, װי דיק װאָלט מענדעלין גישט געלייענט און דידאָזיקע התראה נישט באַמערקט. ער איז גע- גאַנגען זיין וועג און זיך נישט געענדערט אפילו בּיז נאָך מעג- דעליס התחלה, אפילו בּיז שלום-עליכֿמען און פּרצן,

ער האָט זיך שוין נישט געקאָנט ענדער דאָס טאַלענט איז אויסגעטריקנט געװאָרן, |

1זןא

1ע1ץ

אױבּ דיק קאָן נישט אינגאַנצן צוגערעפֿנט ווערן צו די-יעניקע, װאָס האָבּן געגויט דעם פונדאַמענט פון דער ידישער ליטעראַ- טור (און דאָס בּויען ליגט נאָר אין דעם לשון), האָט ער דאָך גרויסע פאַרדינסטן פאַר איר, ;חייציקל אַלין", ,ר' שמאַיע גוט-יום-טובּ-בּעטער", , יהודית די צווייטע", ,דער רענרל", גדי אורחים אין דוראַטשעסאָק", ,אַ פאַרדרײעניש" און אַנדערע זיינע בּלי שום ספק קערנדיקע זאַכֿן, מאַנפֿע לױטן לשון און אַנדערע לויטן הומאָר. אויסערדעם, האָבּן זיי אויך אַ היסטאָרישן . ווערט. אַ פאַרגאַנגענער דור קלינגט אין זיי, און װער עס װיל זיך בּאַקענען מיט אַ שטיק פאַרשוואומענעם לעבּן, מוז אויך אָג- קומען צו דיקן,

בִּיז היינט איז נאָך נישט פעסטגעשטעלט געװאָרן, וויפיל דיק האָט אָנגעשריבּן. מען ווייזט אָן אַ ציפער: בּיז דרייהונדערט בּיכֿעלעך. איך מיין אָבּער, אַז מער. דיק האָט לאַנג געלעבּט . און לאַנג געשריבּן, אַ סך צּיכֿעלעך האָט ער אַרױסגעלאָזט אוג- טער זיין פולן נאָמען, מאַנכֿע האָט ער בּלױו באַצײכֿנט מיט זיינע איניציאַלן א. מ. ד,. און מאַנכֿע האָט ער אַרױסגעלאָזט גאָר אָן א נאָמען. פאַראַן װידער פאַלסיפיצירטע בּיכֿעלעך, װאָס טראָגן כּלומרשט דיקס פירמע און זיינען נישט זיינע. פעסטצו- שטעלן דעם גאַנצן סכֿום, װאָס דיק האָט אָנגעשריבּן און אַרױס. געלאָזט, איז בֹּלּי שום ספק א װיכֿטיקע אַרבּעט. אַ פולשטענדיקע בּיאָגראַפּיע פון דיקן איז װידער אַ װיכֿטיקע אַרבּעט. אוזער דיינקמאָל פאַר אַ געזעלשאַפּטלעכֿן טוער, א קינסטלער, אַ שריי- בּער איז נישט מער װי--אַ גוטע בּיאָגראַפיע,

אַ גרינדלעכֿע גענויע ביאָגואַפיע פון דיקן--דאָס איז אַ חוב-אַרבּעט פאַר ווילנע.

ןג

אין ווילנע זיינען נאָך איצט פאַראַן אַ סך מעגטשן, װאָס האָבּן געקענט דיקן און האָבּן נישט אינמאָל געלאַכֿט פון זיינע וויצן. יעדער איידער פון זיי ווייס צו דערציילן פון דיקס לעבּן. און זײי װאָלטן בּלי שום ספק געקאַנט שטאַרק מיטהעלפן צו דער אַרבּעט פון דיקס בּיאָגראַפיעי ‏ /

דידאָזיקע װיכֿטיקע אַרבּעט דאַרף דעריבּער געמאַכט װערן װאָס שנעלער. | :

פוּן דיקן איז פאַרבּליגן זייער אַ גוט בילד. דער פאָטאָ- גראַפּישער אַפּאַראַט האָט נישט געגרייזט. מיר זעען: א שוייגג- דיק פּנים מיט צויי שאַרפע אוגן. אַ טיפער צער ליגט אין דידאָזיקע אױגן,. אפשר איזן עס דער צער פן אַ קינסטלער, װאָס צייט, נויט און סבּיבה האָבּן אים געצװאונגען נישט צו געגן דאָס, װאָס ער װאָלט געקאָנט און באַדאַרפט געגן!

ווער װײיסק!

ק--על.

שא

באַמערקונג: אין ,חייציקל אַלין*, ,ר' שמאַיע גוט- יום:טוב-בעטער", , דער רענדל" און טײילװײיז ,יהודית די צװיי- טע" איז װײניק געענדערט געװאָרן. אויסער אייניקע װערטער, װאָס זיינען געטוישט געװאָרן, איז דאָ אַלץ פאַרבּליבּן װי בי" דיקן,

מאַנכֿע ענדערונגען זיינען נאָר געמאַכֿט געװאָרן אין , פאַר- דרייעניש", ,ר' שמואל נונצער" און ,די אורחים אין דוראַטשע- סאָק", ואו דיק איז אַלץ מער און מער פאַרזונקען אין זיין דײַטשמערישן זאַץ.

אַמשטאַרקסטן איז געענדערט געװאָרן ,די שיינע מיגקע", . אַ דערציילונג, װאָס האָט אַ היסטאָרישן װערט און װאָס דעקט אונז אויף אַ שטיקל פאַרצייטיש לעבּן פון אַ יידישער שטאָט, דידאָזיקע דערציילונג איז אָבּער אָנגעשריבּן געװאָרן, אוב מען קאָן זיך אַזױ אויסדריקן, כּמעט גאָר אָן אַ לשון. |

אויסערדעם, זיינען בּאַזײטיקט געװאָרן מאַנכֿע לאַנגע אָפַּ-. װײכֿונגען, אויסגעפילט מיט מוסר, שטיקער מליצה און בּאַמער- |קונגען, װאָס שטערן נאָר דעם הן פון די דערציילונגען.

471

חייציקל אליין

םס 8

למ ען הראות לך קוראה נעימה מה גרלוה דברי המשל הקדמוני, אום צו ווייזן דיר, מיין טייערע לעזערין, װי װיכטיק און אמת עס זיינען די רייד פון דעם אַלטן שפּריכװאָרט: ,עס איז די גרעסטע קונץ צו זיין אַ פאָטער אוֹן אַ מוטער', דאָס הייסט צו דערציען קינדער, און דאָך נעמען זיך דאָס אַלע אָן מוז איך דיר בּאַשרײבּן אַ קליינע געשיכטע פון אַ געװיסן ר' שמערל שיפער, װי ער האָט דערצויגן זיינעם אַ בן:יחיד, װאָס מען האָט אים גערופן חייציקל, ער האָט געמיינט, אים און זיך גליקלעך צו מאַכן, און האָט דורך זיין נאַרישער דערציונג און אויפפירונג געמאַכט אומגליקלעך זיך און אים, און נאָכמער-- זיין ווייבּ, װייל זי אין דורכדעם אַװעק פֿאַר דער שיט פון דער וועלט און האָט געלאָזן דורך איר אומגליק אַ בּיישפּיל פאַר פֿאַר אַנדערע פרויען, אַז עס זאָל זיך זײי נישט גלוסטן צַו גלאַנצן צװוישן גרויסע מענטשן און מען זאָל זיך נישט װייזן פאַר אַנדערע, אַז יענע זאָלן גלױיבּן, אַז מען איז זייער געהייבן.

לפנל עשרים וחמש שנה, פאַר א יאָר פינפֿאינצװאַנציק האָט געוואוינט אין דער שטאָט אֵילון א געװיסער גגיד ר' שמערל שיפער. דאָך אָבּער, מיין טייערע לעזערין, אוב דו פאַרשטײיסט - לשון הקודש פילייכט, זאָלסטו נישט מיינען, אַז ער איו בּאמ? געווען אַ פירשט, הי דאָס װאָרט נגיד באַטײיט אויף לשון הקידש. גיין, בּיי אונז איז אונטער דעמדאָזיקן װאָרט נגיד געמייגט גאָר אַ פּראָסטער מענטש, וס קאָן זיין אויך פון אַ געמיינער פאַ: מיליע, נאָר ער איז רייך און האָט געלט. אָדער ער קאָן מאַכן !אן אָנשטעל, אַז ער איז רייך און האָט געלט.

8" הי א

א מ. דיק

אַזױאַרום איז אינזער ר' שמערל אױיך געװוען א נגיד ער איז אָבּער געװען אַ יודע ספר און פון ערלעכע עלטערן, װאָס זיינען געװען קליינע פאַבּריקאַנטן, זיי האָגּן געהאַט אַ פּאַבּריקל פון װאָלענע קאַפּעליושן, מיצקעס, זאָקן אן הענטשקעס; דערצו האָבּן זיי גוט פאַרשטאַנען פאַרבּעריי,

אַז זי זיינען געשטאָרבּן האָט ר' שמערל איבּערגענומען דאָס פאַבּריקל, האָט עס גוט אַװעקגעשטעלט און האָט זיך גע= לֶעבּט זייער רואיק און צעפרידן.

ער האָט געהאַט דערפון ויפיל ער האָט געבּרױכט אויף זיין פּרנסה און ער האָט װייניק געדאַרפט. וייל דידאָזיקע מלאָכה איז געווען זייער פאַרבּונדן מיטן האַנדל פון װאָל, און װאָל פלענט זיך אַמאָל הױבּן, בּשעת ער פלעגט שטענדיק האָבּן אַ היבּשן זאַפּאַס, פלעגט ער אַזױאַרום עסטער פאַרדינען אַ צוויי= דריי הונדערט רענדלעך און איז זיך אַזױ מיט דער צייט בִּיס: לעכווייס געװאָרן גוט אין שטאַנד, בּיז מען האָט אָנגעהױגּן צו זאָגן אויף איט אַז ער איז אַ נגיד. בּיי זיך האָט ער געוואוסט װײ ווייט עס פעלט נאָך אים צו זיין אַ נגיד, אָבּער ער האָט נע= האַלטן זיין פאַבּריקל און איז זיך אַזױ, פון יאָר צו יאָר, גע= אָרן רייכער און רייכער אין פאַרמעגן.

ער האָט ביי זֹיך בּאַשלאָסן צו בּלייבּן אַ פאַבּריקאַנט כלזמן ער װעט לעבן. ער האָט געװאָלט מקיים זיין דעם פּסוק פון אונזערע חכמים: אהוב את המלאכה ושנא את הרבּנות, דאָס הייסט האָבּ ליב די אַרבּעט און האָבּ פיינט די גרויסקייט.

אך אִשתּו לא כן דמתה, אָבֹּער זיין ווייבּ, קונע, האָט נישט אַזױ געמיינט, װי ער. בַּיים ערשטן שטיקל פאַרדינסט האָט זי זיך געקויפט אַ בּינטל פערל, בּיי דעם צוייטן האָט זי אַרײן? געכאַפּט גוטע דימענטענע אוירינגלעך, פינגערלעך אין האָט זיך אָנגעהױבּן מיט דער צייט צו סטראָיען אויף דעם נגידישן אופן און האָט זיך אָנגעהױבּן בּיי זיך גרויס צו הצלטן, צו גיין רייף אָנגעטאָן. | |

הייציקל

פים דער צייט האָט זי זיך אָנגעהױבּן צו שעמען מיט איר פרנסה. עס אין איר נישט אָנגעשטאַנען, אַן מען זאָל איר רופן קונע די פאַרבערקע, קונע די קאַפּעליושניצע, קונע די הענטשקע-מאַכערין,

;ניין, -- האָט זי אַמאָל געזאָגט צו איר מאַן נאָך אַ פרייי לעכן בריוו, װאָס עס איז געקומען פוֹן פּרײטן, - גענוג, מיר זאָלן זיך שמירן אַרום קעסל און גיין מיט שװאַרצע הענט, וען מיר קאָנען שיין גיין מיט ווייסע הענט. נישט צוֹ פֿאַרױיגדיקן, מיר זיינען שיין לייטן גלייך, מיר קאָנען שוין אונזער שטעטל פּאַשטײן אָן דער זיסער פּרנסה. ר' שמשון דעמבּיצער אי כלעבּן, נישט רייכער פאַר אונז און פונדעסטוועגן װעט ער גישט וועלן טאָן א שידוך מיט אונז, און דאָס אין בּלוין צוליבּ אונזער פּאַרשאָלטענעם קעסל. אַזױ אין מיין עצה, אַז מיר זאָלן אונוער פאַבּריקל צושליסן און מיר זאָלן אונזער װאָלגעשעפט פֿאַרגרע* סערן, מיר ועלן האַנדלען אין פּרייסן, מיר וװעלן קריגן א שם וי אַלע סוחרים, דאָס שטייט אונז מער אָן װי אַנדערע סוחרים, װאָס זיינען פריער געווען משרתים און דינסטן".

כּדברים האלה, אַזעלכע רייד האָט זי אים שטענדיק אַרײג. |גערעדט אין די אויערן, בּיז זי האָט עס בּײי אים געפּועלט. ער האָט צוגעמאַכט דאָס פאַבּריקל און האָט אָנגעהױבּן צו האַנדלען זייער גרויס, תּחילת מיט װאָל אַליין און נאָכדעם מיט טוך, און עס איז אים זייער גוט געגאַנגען, |

= װאָס א יאָר איז ער געװאָרן אַלץ רײכער און רײיכער. ער האָט זיך אָנגעהױיבּן בּרייט צו פירן און האָט מיט דער צײט געקראגן א נאָמען פון אַ גרויסן נגיד מיט גרויס כּבוֹד בּיי לייטן,

אין אַ נשך פון אַ יאָר אַכט האָט מען שון אינגאַנצן אַרגעסן, אַן ער איז אַמאָל געווען אַ בעל:מלאכה. 7' שמערל האָט זיך שוין געלאָזט געפינען צװישן לייטן, װי עס פּאַסט פאַר אַ נכבּד. ער האָט אױסגעהאָלפן געפאַלענע פּאַלעפּאַטים און פלעגט געבן שיינע נדבות דעם חון און דעם שמש. דאָס אי

2 8 =

א. מ, דיק

שוין גאַנץ גענוג געווען מפייס צו זיין דעם עולם פאַר דעף קלייגער עולה, װאָס ער איז אַמאָל געווען אַ פאַרבער,

לבד זה האָט זיך אים געמאַכט אַ גוטע געלעגנהייט צו האָבּן בּיי זיך אין שטובּ די גרעסטע לייט פון שטאָט. װען זיין װײב, קונע, האָט אים געבּוירן אַ יינגל, האָט ער געמאַכט אַ רייכן בּרית מיט אַ גרויסן מזל=טוב. אין װער גייט עס נישט צוּ יאַזאַ רייכן מאַן? װען מען שטעלט אַװעק דאָס טעצל מין איינ: געמאַכץ אויף דעם שפּיץ פון א זעגלבּוים אין דעם גרעסטן שטורם, װאָלטן אויך די איידלסטע וו"בער, װאָס אַז זיי גייען איבּער אַ בּריק, נעמט זי אָן אַ שרעק און אַ גרויל, ג:ר אָן א לייטער אַרױױפגעקראָכן, װי אַ קאַץ נאָכן טעצל. און אַ פּשיטא שוין יי אים, וואו עס זיינען געשטאַנען טישן געדעקט מיט די שענסטע טאָרטן, דאָרט, פיי זיך אין גאָרטן, אין אַלטאַנע. מען

איז געגאַנגען גאָר אָן געפאַר - יעדע דאַמע און איר האַר און בּיים בּרית האָט נישט געפעלט דער גרעסטער מאַן פון עיטז.

קורץ דערפון, אונזער ר' שמערל איז פאַררעכנט געװאָרן אונטער דעם צאָל נגידים, און זיין נאָמען האָט זיך אָנגעהױבּן צו פאַרשפּרײטן װייט און בּריט. עס װאָבּן זיך געצויגן צו אים אָרעמע קרובים -- זיינע און אירע. ער האָט בּיז אַהער גאָר נישט געװאוסט, װאָס פאַר אַ משפּחה ער מיט זיין װייב פּאַרמאָגן. צו דעם פדיון הבּן פון זיין חײיציקל אַליין האָגן זיך פינף נגידים אויסגעשמועסט, אַזּ זיי זיינען נישט פרעמף מיט אים, און ער האָט זיי אָנגענומען פאַר קרובים,

בי שלש סעודות האָט בּיי אים אויסגעזען װי בי אַ גוטן ייד, אַ גרויסער עולם איז געװען אין שטוב,

זיין שטילע ואוינונג איז פון יענער צייט אָן, װי ער איז געװאָרן אַ נגיד, פאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ בּערזע. און װער רעדט שוין, אַז חייציקל איז שוין געװוצָרן אַלט אַכט יאָר, פלעגט בִּין:הומנים בּיי אים קאָכן, װי אין א קעסל פון ילמדים,

אייציקל.

אַ היגן מלמד האָט ער צישט געװאָלט. עס האָט נישט געפּאַסט. ער האָט אַמאָל געקנשלט בודאי מיט ‏ 'שניידערשע קיגדער ‏ אדער טיט אַ פאַרבערס, חלילה. און דאָס קאָן דאָך עפעט דערמאָנען אָן זיין פריערדיקן שטאַנד, און אים קאָסט דאָך אָפּ אַזויפ'ל געלט, אַבִּי צו פאַרגעסן עס.

פלעגט ער אַלעמאָל נעמען אַ נישט-היגן מלמד און פלעגט אִים געבּו קעסט מיט אַלע װיגאָדעס,

װואָס דער יינגל פלעגט אונטערװאַקטן, פלעגט ער אַלץ צובעמען אַ גרעסערן מלמד, דאָס הײסט, פון אַ װייטערער שטאט, |

דער מלמד פלעגט אים מוזן אויסלערנען אויף אַלע שבּת אַן אַנדער פשטל מיט מפטיר,. צוֹ שלש כעודות פלעגט דער יינגל זאָגן זיין שטיקל גמרא מיט אַ קשיא און די מוטער פלעגט זיך פּרעגלען הערנדיק.. דער פאָטער האָט געקװאָלן און דער עולם האָט זיך צעריסן לױנדיק. אויך דער מלמד פלעגט זיך בּשעת מעשה גלעטן דאָס בערדל און פּאַטשן דאָס בייכל, און פלעגט יי זִיך טראַכטן:

יעצט זעען אַלע, גאָט און לייט, אַז איך בּין אַבּריה..."

און דער אָרעמער למדן, װאָס פלעגט דאָרטן עסן שבּתים, לעגט זאָגן: | |

,עס איז פּשוט, דער יינגל איז אַ וואוילער, און װען ער יװאָלט האָבּן אַ גרעסערן מלמד, װאָלט ער נאָך געהאַט אַ גרע= סערע פּעולה..," |

ער מיטן מלמד זיינען געװען, װי צװיי קעץ אין אין זאַק,

דאַדורך פלעגט מען אַלע זמן טוישן אײן מלמד אייפן אַנדערן,. דערוויילע האָט חייציקל בּאַקָומען אַ נאָמען פאַר אַ: גרויסן עילוי,

בּאמת איז חייציקל געװ:ן אַ נאַריש קינד, אָן תּורה, צֶ חכמה; און אָן דרך:ארץ, ער איז געוען שופיל פאַרצױגן די

=== 6 ==

א. מ. דיק.

ליפן איינגעריכט אין קאַװע און אַנטשלאָפן פּלעגט ער ווערן פאַר דער וויעטשערע, |

ער איז שוין געווען אַ בּחורל פון אַ יאָר צוועלף און שווער אויף דער עברי. און דאָס איז דערפאַר,' וייל ער ואָט גאָר קיין עברי נישט געלערנט. וייל קױם האָס ער אָנגעהױבּן צו מאַכן מיט די ליפּן, האָט מען שו | מיט אים אָנגעהױיבּן חומע מיט רש"י און בּאַלד נאָכדעם, לֹקח טוב, דאָס הייסט, שטיק: לעך גמרא, : |

דער מלמד פלעגט צו זאָגן די עברי אוֹן פלעגט דערגאָך ;מיט אים אויסריידן דעם פאַלשן פשט. מען קאָן שוין אַלין פאַרשטיין, אַז ער האָט נישט געװאוסט קיין איין פּסוק, קיין שטיקל דקדוק, און האָט נישט געקאָנט אָנשרײבּן קיין אוֹת. נאָךְ פיל זאַכן האָט ער נישט געוואוסט, און מען קאָן זיי אַלע נישט אויסרעכענען. דאָך האָט ער געהאַט אַ נאָמען פאַר אַן עילוי, אַזױ אַז צו צוועלף יאָר איז ער אַרומגעגאַנגען מיט גע: שװאָלענע בּעקלעך, װאָס מען פלעגט אים אַלץ קנייפּן בּיי יעדער ישלש סעודות, בּשעת מען פלעגט אים פאַרהערן. מען פלעגט אים דעמאָלט זאָגן : | |

,דו בּיזט שוין װערט אַ שיינע פלה* /

אונזער חיציקל איו שוין בּײי זיך געװען זייער גע: הױיבּן און האָט זיך בּאמת דורכדעם אויפגעפירט פיל שענער, וי אַנדערע קינדער, װאָס זיינען געווען אין זיינע יאָרן, אַזױ אַז אַלע טאַטעס און מאַמעס האָבּן זיך געבּענטשט מיט אים, און חייציקל האָט זיך אָנגעהױבן צו הערן אין דער גאַנצער שטאָט, וי אויך אין די פאָרשטעט בּיז אונטער די קוימענס און נאָך ווייטער, |

ויהי, און עס איז געװען װען הײציקל איז געװאָרן בר:מצוה, האָבּן די עלטערן געמאַכט אַ גרױסן מאָלצײט. אַלע. גכבּדים, אַלע גרויסע לומדים זיינען אינגעלאַדן געװאָרן און הײציקל האָט געואָגט אַ חילוק. אַ פּאָר לומדים, דעם ר.ינס גוטע פריינט, האָבּן זיך געװאָלט אַרײנמישן און אים פרעגן אַ

יב

ל

יט

ח יי + י

ג

|

פְּצַר גוטע קשיות. האָט ער זי אָבּער פאַרענטצערט, איידער מען האָט אים נאָך געפרעגט. דער עולם האָט זיך זייער פאַר: וואונדערט. דעריבּער און דער מלמד איז רויט געװאָרן, וייל חייציקל האָט זיך מיט די אָפּגעמאַכטע תּירוצים אויף די בּאַ: שטעלטע קשיות צו גיך אַרױסגעכאַפּט און האָט אויסגעזען, װוי איינער, װאָס זאָגט אויס דעט פּתרון פאַר דעם רעטעגיש.

דאָך אָבּער האָט עס קיינער נישט געשפּירט, אָדער נישט געװאָלט שפּירן, װייל מען האָט געװאָלט, ער זאָל שוין וֹאָב צום גיכסטן ענדיקן און מען זאָל שוין בּעסער נעמען עפּעס אין מויל אַריין, איידער אין די אויערן. מען האָט דאָך געדעקט אַ טיש מיט אַלעם גוטן. און אגב, װער ויל דאָס פאַרשאַפן קריינקונג דעם בעל:שמחה און אויפוייזן, אַז דער יינגל איז גאָר אַן עם:הארץ, און װידער, אַז מען איז מיט איין כּוס מתּרץ פיר קשיות?), היינט אַ פּשיטא שוין מיט פיל כּוסוֹת! איין װיכטיקע קשיא איז אָבּער דאָך געווען :

צו װאָס האָט מען גאָר געדאַרפט, ער זאָל זאָגן א חילוק, -- האָט איינער געפרעגט. -- איער יינגל דאַרף זיין אין רעכטע הענט, װאָלט מען געקאָנט פון אים מאַכן א רעכטע כּלי. איך האָבּ - פאַר אייך אַ מלמד גאָר אַ וואונדער: דער מויציטער. זײינע תּלמידים זייגען געװאָרן חתנים אין די גרעסטע היזער. פאַר: צייטן האָט מען אים גערופן דעם מויציטער עילױ. פֿאַר אים איז קיין מהרט"א און קיין מהרם:שיף נישט געװוען צוֹ האַרב. איר זאָלט אים אַװעקגעבן צו אים. ער איז איצט דאָ הי. ער פאָרט פון לאַהישע, וואו ער האָט פאַרהערט אַ חתן. דער גביר כעמע עטקעס טוט אַ שידוך מיט דעם קאזלקאװער רבל. מען זאָגט, אַז ער האָט אַ יאַרענאַצקע גאָר אַ צאַצקע. פאָלגט מיך,

פאט

)+‏ דאָס הײסט, מען גיט? דעריבּער אָן דעם צװײטן כּוֹם בּאַלד נאָך די פיר קשיות, װאָט מען טרינקט אים ערשט נאָך דער הגדה פֿאַרן עסן, וײ? מען האָט טורא, אַז דער ינגל װעט אפשר נישט װעלן אָננעמען דעם עבדים פאַר אַ תירוץ, ‏ אָבֹּער װי ער דערזעט דעם כּוס, נעמט ער שון אָן אַלץ פאַר גוש און שוט שוין אַלץ, װאָס מען הײסט אים.

7 2

א. מ. דיק,

װאָרום איער רבּי איז מער נישט װי אָנגעלערנט, און אייער חייציקלען מון מען שאַרפן דעם מוח."

ומה נקל, און װאָס איז נאָך גרינגער, וי שאָדן צו טאָן אַ מלמד בּיי אַזעלכע עלטערן, װאָס זיינען פאַרנאַרט אין זייער קינד! ר' שמערל האָט קוים דעם זמן דערצויגן מיט אים און מען האָט געקראָגן דער מויציטער. מען האָט אים גערופן מיט דעמדאָזיקן נאָמען. אַנטװעדער ער איז געװען פון מויציטע אַ געבּאָרענער, אָדער ווייל עס זיינען שוין געווען עטלעכע עילוים פון מויציטע, האָט מען אים אויך גערופן דער מויציטער,

אָבּער אין דידאָזיקע זאַכן דאַרפן מיר זיך גאַנץ װײניק בּאַשעפטיקן, מיר דאַרפן נישט מער ויסן, אַז ער האָט געהייסן דער מויציטער. אלט איז ער געװוען בערך אַ יאָר פערציק. אַ גרעבּלעכער מיט אַ גוטן אױסנעפּאַשעטן בייכל פון פרעמדע טישן. ריידן פלעגט ער אַ בּיסל אויף אַ זייטל, װי בּערטשע דער בּאַס, שיטקע דער פאָלעטרוניצעס מאַן, װאָס מען פלעגט אים צודינגען פאַר אַ משורר ביי די קצבים, /

אַ פּנים האָט דער מלמד געהאַט אַ ליינגלעכן און עטװאָס געפּאָקט און זומער געשפּרײנקלט, אַ געלע בּאָרר מיט צװײ שפּיצן, אַ גרויסן שטערן מיט לאַנגע קאַרבּן און בּלאָע אױגן מיט גאַנץ לאַנגע בּרעמען. מען קאָן נישט זאָגן, ער האָט נישט אויסגעזען העסלעך, װאָט געהאַט אַ געזונטן קאָפּ און איז אַמאָל געווען אַן עילוי. ‏ לערנען אָבּער האָט ער פאָרט נישט געקאָנט אויף. זיין לעבּנס:טאָג נישט, וייל פון זיין קיבדהיי:אָן האָט ער זיך אַרײנגעלאָזן אין חריפות אין פּשטלעך און דעם אמתן פּשט האָט ער קיינמאָל. נישט געװאוסט. בִּין פינפאונצװאַנציק יאָר האָט ער געגעבּן גט װיפֿיל וייבּער. וי אַ גילטיקע מטבּע, װאָס גייט פון האַנט אין האַנט, אזי האָט מען אים צוגעכאַפּט פון איין שער און שוויגער צו די אַנדערע שער און שוויגער. ער האָט געהאַט קינדער אין אַלע שטעכלעך. דערנאָך איז ער

| געבליבן אַ קצבס איין איידעם. א יי 2

הייציק 2

פון זיין האָפּנונג, צו װערן אַ רב, איז גאָרנישט געװאָרן, ער איז געווען אָן תּורה, אָן הכמה. ער האָט נישט פאַרשטאַנען קיין שום זאך שבּעולם, װי חײיציקל אַלײן. אָבּער ער איז געווען בּיי זיך זײיער געהױבן, און האָט פון קיינעם נישט געהאַלטן, ער האָט געהאַט אַ פרייט מויל און פלעגט אין לערגען אַלעמען איבּערשרייען און פאַרטומלען, פלעגט ריידן אויף אלע לומדים או' האָט געזאָגט מבינות אויף אַלע גאונים. דעם האָט ער גע: לויבּט, יענעם האָט ער געשעגדט, און האָט געשפּילט אַ ראָליע בּיי אַלע פאַלעבּאָטים, װאו ער האָט נאָר געקנעלט, איבּער.: הופּט בּיי ד? באַלעבּאָסטעס,

ער האָט אין יעדן הויז געשפּילט אַן אַנדערע ראָליע. אין צאַסק, למשל, אין ער געװען אַ פרוש, אין יאַנציץ איזן ער גע. ווען אַ קדוש, אין כומעץ פלעגט ער אוֹיף װײבּער גישט קוקן נאָר בּשעת אַנדערע האָבּן אויף זיי נישט געקוקט, אין פודראן איז ער געװען א חסיד, אין הײידעשאָק - אַ בּעל-שם און האָט אַרױסגעגעבּן קמיעות און אין כאַסלאַװיטש האָט ער מקאות געגרויכט,

און נּאמת איז ער קיײנמאָל נישט פרום געװען, װאָרום אמתע יראת שמים מו זיין פאַרבּונדן מיט תּורה, חכמה און גרויסע מדות:טובות. און ער האָט אין זיך נישט געהאַט קיין תורה, קיין חכמה, קיין מדה-טובה,

ער איז געווען אַ גרויסער עזות פּנים. מען האָט אים אַמאָל געפרעגט, פאַרװאָס ער שטעלט זיך דאַװנען אַזױ שפּעט, דען ער לייגט טלית און תּפילין ערשט בּשעת דער עולם האַלט פַי קריאת שמע. האָט ער געענטפערט;

, איך בּין נישט גלייך צו אַלעמען. איך פיר מיר אויף מיט דעם אויבערשטן אין שול, אַזױ וי אייגענע מענטשן אױף אַ שמחה, װאָס זיי גייען ערשט עסן, װען דער גאַנצער עולם האָט שוין אָפּגעגעסן? און אַזױ האָט ער צוגעבראַכט היפיל יאָרף אַמאָל א מלד, אַמאָל אַ שדכן, אַמאָל אַ פּרוש, אַמאֲל א פאף: הערער, |

ער האָט געוואוסט אַלע ערטער אין גמרא, װאָס מען ווייוט זי אָן און מען פּרובט מיט זיי אַ יינגל, דערויף איז ער גע: ווען אַ גרויסער בּריה, וייל ער האָט דערויף זיין גאַנצן לעבּן פאַרבּראַכט. ער האָט אַזױ ווייט פּאַרקרימט און פאַרדרײט זיין ק יפ דוֹרכדעם, אַז ער האָט געזאָגט אויף יעדער זאַך אַ פּשטל מיט אַ שטיקל הריפות, װאָס אַ מענטש מיט אַ געזונטן פאַרשטאַנד פלעגט אָננעמען אַן עקל צו הערן.

דאָך איז ער געווען אין זיין צייט אַ גילטיקע מטבּע און האָט זיך מיט זיינע נאַרישקײטן צוגעשלאָגן צו אַ גוטן קאַרק און צו אַ גראָבּן בּייכל,

מען האָט אים פון אַלע זייטן געקעכלט. דערצו נאָך האָט ער געהאַט אַ גוטע נאַטור: עס האָט אים נישט געטשעפּעט, װאָס ווייבּ און קיגדער שטאַרבּן פאַר הונגער, דאָס איז גאָרנישט גע: ווען זיין זאַך.

פון אייבּיק ער פלעגט צו זאָגן:

,מיינע שווער און שוויגערס האָבּן פריער געוואוסט, בּשעת איך פלעג װערן בי זי אַן איידעם, אַז זיי פאַרזאָרגן זייערע טעכטער נאָר מיט יענער װעלט, אָבּער נישט מיט דערדאָזיקער פאַלשער װעלט. אויף דעם עולם זאָלן זיי פּאַרדרײיען דעם קאָפּ זייערע טעכטער און אייניקלעך, אָבּער גישט מיר".

נו, האָט זיך שוין זיין פאַרדרײיטער קאָפּ נישט געדרייט פאַר זיי,

ער פאַרשטײיט דאָס נישט אליין, אַז אַזאַ מין חברה?מאַן, אַזאַ מִין פּיסקל איז אָנגעמאָסטן געװען פאַר אונזער ר' שמערלס הז ער האָט זיך דאָ געפונען אַזױ ואויל, װי אַ פיש אין װאַסער. קוים איז ער דאָרט געווען עטלעכע טעג, איז ער שוין געװאָרן זייער תּקיף פיי ר' שמערלען און זיין ווייב קונען. ער האָט זײ מפליא געווען דעם חייציקל גאָר אָן אַ שיעור,

ער האָט אַ קאָּ פון אַ מחל, -- האָט ער זי געזאָגט. - די תפיסה אי גרהט. ג' הבנה שפילט. אַ שאָד װאָס די פריער.

0 =

ה יי צי ק

דיקע מלמדים האָבּן אים שטאַרק פאַרלאָץ. אַזעלכן מוז מען שאַרפן דעם שכל און דאָס וועל איך טאַקע טאָן,"

דידאָזיקע װערטער זיינען שוין געװען גענוג פאַר זיי, אַז זיי זאָלן איס האַלטן טייער וי זייער לעבּן,. אויף זיי קוקנדיק, האָט אים די דינסט (װאָס ער האָט אוֹיף איר געקוקט, גשעת אַנדערע האָבּן נישט געקוקט) שטאַרק צונעזען, און זיין בּייכל האָט נעַ= שטיגן פון טאָג צו טאָג וי בי אַ טראָגעדיקע. מען האָט אים מיט חייציקלען אָפּנעגעבּן א בּאַזונדער חדר מיט אַלע וינָאַ= דעס און ער האָט דעם יינגל מדריך געװען װי אַ. קאָנאָװאַל דאָס פערד, װאָס דארף מאָרגן אַרױיסגעפירט וערן אויפן מאַרק צום פאַרקויפן, דאָס הייסט, וי אַ יינגל, װאָס האַלט שוין אויף דער מדרגה, מען זאָל מיט אים טאָן אַ שידוך.

און דאָס איז געווען די ערשטע מדרגה פון די פיר נ דרגות, װאָס אַ נאַרישער יונג דאַרף דורכגיין עטלעכע מאָל אין זיין לעבּן, און אַמאָל דאַרף ער דאָס איבּערחזרן אויף דער שלטער, די ערשטע מדרגה איז שטיין, די צווייטע איז גיין, די דױי: טע איז זיך דרייען, די פערטע איז זיצן. און אַמאָל טרעפט נאָך אַ פינפטע מדרגה - זיך אַװעקלאָזן. שטיין הייסט -- שטיין אין שידוכים, גיין -- גיין חתנווייז, ‏ זיך דרייען -- דרייען זיך מיט דער ווייבּ, דאָס הייסט, אַמאָל ואוינען מיט דער וייב און אַמאָל נישט. זיצן -- זיצן אָן אַ װיבּ. און אָפּט זיך נאָר אַװעקלאָזן אין דער וועלט.

אזנזער חייציקל האָט ערשט געהאַלטן בי דער ערשטער מדרגה: ער איז געשטאַנען אין שידוכים. דער מויציטער האָט געהייסן, מען זאָל אים מאַכן אַ זשופּיצע מיט אַ פּאַשעמאַן, מיט געשפּילעװעטע אַרבּל. ער האָט אים אָנגעטאָן אין אַ טלית:קטן, האָט אים אױסגעטאָן דעם האַלזטוך און אָנגעטאָן א דעליטשקע מיט לאַנגע אַרבּל מיט טאַשמעס.

ער האָט אים אַ ביסל אוױסגעקרימט דעם רוקן, די פּאות אויסגעצויגן, דאָס היטל אױיפן האַלבּן קעפּל. ער האָט שון

= יו א

הייציקל

געוואוסט די הלבשה פון אַ צחורל, װאָס איו געװען אַ קאֲנדי. דאַט אויף א שידוך. ער האָט שוין כּמה מאָל געקנעלט מיט חתנים, לערנען האָט ער אים געהייסן - אַ ציטל זאָל ער שרייען און אַ בּיסל זאָל ער קוויטעען, האַלבפזינגענדיק, האַלבּ-װײנענדיק אין אַ בּיסל זיך צוקרימען און אַ בּיסל ריידן מיט זיך אלין פּאָטער צון מוכער האָבּן גאָר געקװאָלן, צוזעענדיק זייער צרה.

און וער קען אױיסשרײבּן די גרויסע שמחה פון זי, גשעת דער מויציטער פלעגט זאָגן אָפט יי אַ גלעול משקה צו - שלש סעודות אויף לשון הקודש. דאָרט פלעגט ער נישט ריידן קיין דברי חול,

,איער זון, חייציקל, - פלעגט ער זאָגן, -- װעט געויס זיין אַ מורה הוראה בּיי יידן ער זאָל נאָר אָנקומען צו גוטע שווער און שוויגער, דאָס הייסט, װאָס זייער אויסקוק איז טאַקע בּאמת, אַז דער איידעם זאָל בּלייבּן עפּעס בּיי אַ תּכלית אין לער? נען, וי מיין שוויגער איז געווען, עליה השלום. איך האָבּ נאָר איר צו דאַנקען, װאָס איך בּין אַזױ ווייט דערגאַנגען?,

פאָטער און מוטער האָבּן זיך געפּרעגלט, הערנדיק עס, און זיינען געווען בּיי זיך שטאַרק געהויבּן,

ויהי, און עס איז געווען, אַז חײציקל איז געװאָרן מיט אַ האַלבּ יאָר עלטער, דאָס הייסט אַז ער אין אַלט געװאָרן פּערצעטהאַלבן יאָר, האָט שוין די טיר נישט גערוט פון שדכבים, זיי זיינען אָן אויפהער געקראָבן אין שטובּ און מען האָט גערעדט שידוכים פון אַלע שטעט. דער - פוֹן מינסק, יענער -- פון פּינסק, אָבּער נישט איינער פון לינאָווע, וי דער שטייגער אין פון אַלע גרויסע גבירים, װאָס זיי טוען נישט קיין שידוך פון דער אייגע: נער שטאָט, אֲפילו אַ מלמך נעמען זײי נישט פון דער איגענער שטאָט, | מען האָט גערעדט מיט געלט, מיט יחוס, מיט קעסט, מיט אַ שיין מיידל,. דאָס רוב שדכנים זיינען אויך געוען היגש. זיינען זיי איינגעשטאַנען בּיי ר' שמערלען און געגעטן בּײ אים. בּיי זֶעדן מאָלצײט זיינען געזעסן עטלעכע שדכנים. און

6, 85 זִ ש 7

שבּת. פלעגט דאָרט אויסזען װי אין אַ גאַסטהױו. עס פלעגן אײינגעלאַדן װוערן די מחותּנימס מענטשן. דער מויציטער פלענט כרינקען מיט פיל חריפות און פלעגט זאָגן פיל חריפות. און דאָס? גלייכן פלעגט חייציקל אַלין אויך זאָגן חריפות. אַלע נאַכט פלעגן. זיין בּיי ר' שמעדלען גרויסע זיצונגען איפּער רי שידוכים, װאָס זיינען גערעדט געװאָרן,. דער מױציטער איז געװען דער פאָרזיצער דערבּיי. |

זי האָבּן אים געהאַלטן פאַר אַ וועלט:קלוגן מאַן, ער האָט דאָך געקנעלט כּמה יאָרן אין גרויסע הייזער און האָט שוין פאַר? הערט וויפיל חתנים, איז אַלײן אויך געװען וויפיל מאָל אַ חתן און האָט יעדעס מאָל אויסגענומען. מען האָט געשיקט רשימות אין דער גאַנצער מדינה, אין אַלע גרויסע שטעט: אין שקלאָױ און אין מאָהילעװ, און מען האָט זיך געריכט, עס זאָלן קומען טאַרהערערס פון פּמה מקומות,

דאָס אַלץ האָט זייער שטאַרק געשטערט אונזער ר' שמערלען אין זיינע געשעפטן,. דער מױציטער האָט אים נישט געלאָזט אַװעקפאָרן, בּיי יעדן שידוך האָט ער געטענהט, אַו ר' שמערל טאָר נישט אַװעק פון דערהיים. װער װייסט, טאָמער איז דער איצטיקער שידוך דוקא 8 בּאַשערטע זאַך.

יעדעס מאָל, אַן עס אי געקומען א פּאַרהערער און הייציק? פלעגט אָנהױבּן צו זאָגן, פלעגט זיך שוין דער מויצֵי- טער אַרײנמישן װי אַ בּריטאַן מיט זיינע פּאַלשע חריפות און װייציקל אַליין פלעגט אויך אַרײנפאַלן אין זײינע ריד און עס פלעגט ווערן א געשריי און אַ טומל, אָבֹּער חיײיציקל האָט אַלע מאָל אויסגענומען, | |

דער פאַרהערער פלעגט אַװעקפאָרן מיט אַ שיינער מֿתּנה און דאָסגלײכן איז דער מויציטער אויך בּאַשײנקט געװאָרן מיט אַ בּנד צון מען האָט אים נאָך צוגעזאָגט, אַז מען װעט אים זייער רייך צאַשיינקען, װען עס װעט זיך אוױספירן אַ שידו

אַזוי זיינען גערעט געװאָרן זייער פיל שידוכים, און יעדער שידוך האָט געקאָסט גענוג צייט און גענוג געלט. דערװילע

כן --

חייציק5

האָט חייציקל נישט געלערנט און האָט כּסדר געהאַט אין זינען אַ כּלה עס האָט אַזֹי געדױערט. אַ שידוך אַרײן, אַ שידוך אַרױס. אַ פאַרהערער נײַך אַ פאַרהערער. און עס האָט אַלץ קיין האַפט נישט געהאַט, בּיז מען האָט גערעדט פון שכיז מיט ר' שלומקען דעם גביר, די שדכנים האָבּן אַװי לאַנג געאַרבּעט, בּיז יענער האָט געשילט אַ בּעל:כוח. דער אײגענער איז אױך געווען אַ פאַרהערער. מען האָט אים גערופן ר' שעפּסל דער מגידיכעס, ווייל זי איז געווען זיין שויגער. דאָס איז געװען אַ ייד אַ למדן און אַ װעלטמאַן, צו אים האָט געהערט דאָס רבּני:שטיבל פון זיין שווערס קבר, ער איז אַפילו געווען אַ מענטש אַ דרײקאָפּ, אָבּער נישט װי דער מויציטער. דער מויציטער האָט מיט זיין פאַלשער תּורה פאַרדרײיט דעם קאָפּ זיך אַליין און אַמאָל איך דעם אַנדערן אָצּער ר' שעפּסל האָט נאָר פאַרדרייט דעם קאָפּ דעם אַנדערן, אָבּער זיך גאָרנישט. און װי ער האָט געהאַט אַן אָפּענעם קאָפּ, אַזױ האָט ער געהאַט אָפּענע מערידן און אַן אָפּענע האַנט צו נע: מען לאַפּקע, | דערדאָזיקער גרויסער פאַרהערער האָט זיך נישט געלאָזט. אַזױ לייכט פּאַרשװינדלען פון דעם מויציטער. ער האָט זיך מיט אים געהאַקט בּיז שפּעט אין דער נאַכט אַרײן און חייציקל פּלעגט זיך אַרײנמישן אַלע וויילע, װי אַ זינגערל מאַכט בּאַם נישט יואו עס פּאַסט. זיין גליק אָבּער איז געװען, װאָס ר' שעפּסל דער מגידיכעס איז געווען אַזױ פאַרבּרענט מיט דעם מויציטער אין דעם שטיקל גמרא, אַז ער האָט גאָר פאַרגעסן אין חייציקלען דאָס װאָלט זיך געצויגן אָן אַן אויפהער, װען קונע, זאָל געזונט זיין, װאָלט נישט דערלאַנגט צום טיש ויין און ליקער, קאָנפי+ | טורן און נאָך גוטע זאַכן, דאָס האָט איינגעלאָשן זייער היציקייט ' און בּיידע זיינען געװאָרן צווישן זיך גוטע פריינט. | הייציקל האָט בּיי אים אויך אויסגענומען, װייל ער האָט גוט געוואוסט, אַז ער װעט אויך גוט אויסנעמען (די שדכנים האָבּן אים עס פריער געזאָגט) /

= 18 =

א. מ. דיק.

,מען קען אַנדערש נישט זאָגן, - האָט ער זיך אָנגערופן צו דער מוטער, - אייער הײציקל אין א װאונדערלעכע כַּלי. יי ר' שלומטשען װעט ער אַרױסװאַקסן אַ גאון עולם",

חייציקל איז געווען אַ בּיסל פאַרשװיצט, אַ בּיסל צעשראָקן, דאָך אָבּער פריילעך,

,אַבּי איבּערגעקומען, -- האָט דער מויציטער נאָכדעם אַ זאָג געטאָן צו חייציקלס מוטער, - עס איז אַ גוט שטיקל סחורה. איך האָבּ מיינע כוחות אָנגעװאָרן בּיז איך האָבּ אים איבער+ ‏ גערעדט, ער שטאַרבּט גאָר ממש פאַר דעם יינגל. יעצט װעט שין זיין -למזל תּנאָים,*

וכן היה, און אַזױ איז געװאָרן, צומאָרגנס האָט ר' שמערל געמאַכט אַ שאַרפע תּנאים. עס זענען געװען געלאַדן די גרעסטע לייט. פאַר גוטע פריינט האָט מען געמאַכט אַ געװאַלדיקן מאָל: צייט. דער בּעליכּוח האָט בּאַקומען צען דוקאַטן חוץ קליינע מתּנות, די שדכנים האָבּן געכאַפּט פופציק רענדלעך. דער מוֹי: ציטער האָט אויך גענוג גענומען. אויף איבּערמאָרגן איז דער בּעל:כּוח אַװעקגעפאָרן און האָט אַװעקגעפירט מתּנות דער כּלה פאַר כּמה הונדערט רובּל. אין אַ חודש אַרום האָט מען איינגעלייגט דאָס געלט מער װי צװיי טױזנט רוגּל. חײיציקל האָט בּאַקומען אַ גאָלדענעם זייגערל, זילבּערנע בּתּים. ר' שמערל מיט זיין װייב זיינען געװען זײיער פריילעך, װייל זיי האָבֹּן גוט בּאַזאָרגט זייער קינד,

בי דעם מוציטער איו שוין דער עק געװען שטאַרק פארריסן. ‏ עס אִיז מיט אים גאָרגישט געװען צו ריידן. ער פלעגט דערציילן פון זיין נצחון, וי אַזױ ער האָט אויסגעפירט געגן ר' שעפּטלען, װי איינער דעױציילט פון גבורות און נפלאות,

אָבּער דידאָזיקע שמחה האָט נישט לאַנג געדױערט. דער שכיזער מחותן איז אין 8 פּאָר חדשים אַרום געװאָר געװאָרן, אַז ר' שמערל איז גאָר אַ זון פון אַ בּעל-מלאכה און ער אַלין איז א יִךְ געװען אַ פאַרבּער. דאָס איז אים נישט אָנגעשטאַנען, האָט ער אָפּגעלאָזט דעם שידוך. האָט דאָס ר' שמערלען מיט זיין

- 14

װייציק.

זוייב זייער געקריינקט. דערצו האָט זײי געקאָסט גענוג מי און געלט בִּיז זיי האָבּן אָפּגענומען די מתּנות און די שלישית. דער מויציטער האָט געמוזט פאָרן קיין שכיז און האָט געהאַט דין? תורות און לויפעניש, בּיז ער האָט אַלץ מוציא געווען.

דער מויציטער איז אָבּער תּקיף געװאָרן בי זיינע בּאַלעבאַטים. זיי האָבּן אים אָרנטלעך בּאַלױנט דערפאַר בֹאַ- זונדער, זיי האָבּן אים שוין נישט געװאָלט פון זיך אַװעק= לאָזן בּיז חייציקל װעט חתונה האָבּן אין אַ גוטן אופן. /

לא ארכו הימים, עס האָט נישט לאַנג געדיערט און מען האָט אָנגעהױבּן גאָר אױף סניי חייציקלען צו ריידן שידוכים, ער איז װידער געװאָרן אַ חתן, װי פריער, אָבּער דאָסמאָל איו שוין דער שידוך לייכטער אָפּנעלאָזט געװאָרן װי פריער, און אַזױ איז עס געשען א מאָל זעקס.

יעדער שידוך האָט אַלץ געקאָסט שדכנות און הוצאות? התּנאים און אָפט אויך קנס. אָן דעם מויציטער האָט זיך קיין שידוך נישט אָנגעהױבּן און נישט אױסגעלאָזט, און אַלץ נישט אומזיסט,. בי עס איז געקומען אַ גרויסער לאַנד:שדכן פון װאָלין און האָט געמאַכט אַ סוף פון די צרות.

ער האָט פאָרגעשלאָגן ר' שמערלען אַ שידוך פון בּראָד מיט אַ געוויסן נגיד און יחסן ר' שמשון סאַנדעגורער, ער האָט געהאַט אַ מיידל, די יונגסטע, אַ מוינקע, זײיער אַ שיינע און אַ געלערנטע, האָט זיך אים געװאָלט איר געבּן פאַר אַ מאַן אַ ליטווישן יינגל, װאָס זאָל זיין אַ וואוילער אוּן פון רייכע עלטערן ער מעג זיין אין יחוס נישט אַזױ געהױבּן, אָבּער פון אַ פרום הויז און דער חתן זאָל זיין א מתמיד. די בּראָדער יינגלעך זיינען שוין אין יענער צייט געוען האַלבּע דייטשן און האַלבּע ראַנצױיזן, לוט דער היינטיקער מאָדע. אָבּער ער האָט געװאָלט אַן אַלטמאָדישן יינגל.

דער שדכן האָט חייציקלען פאָרגעשטעלט פּאַר ר' שמשונען אלס חתן, װי ער ווינשט זיך אליין, מיט אַלע מעלות, אויסערדעם, :גיט דער פאָטער נדן טויזנט דוקאַטן

- 15 --

א. מ. דיק

צוויי חדשים האָט געדױערט, איידער מען האָט זיך צִוי זאַמענגערעדט דורך בריוו. דערוויילע איז דער שדכן געזעסן בּיי ר' שמערלען אין שטוב אױף אַלעם גוטן. קורץ דערפון, דער שידוך איז אויסגעפירט געװאָרן, עס אין געקומען אַ בּעל-כּוח פון בּראָד און האָט פאַרהערט דעם חתן און עס האָט געגליקט. ער האָט גראָד מיט אים גערעדט װעגן אַן ענין, װאָס יענער האָט עס שוין אַמאָל געלערנט. דער בּעל:כוח האָט גענומען עפּעס אין מויל אַרין, איז ער געװאָרן גאַנץ ווייך. האָט מען איער אַנײס געמאַכט גרויסע תּנאים, אַז די שטאָט ואָט געקלונגען, עס האָבּן אים פיל נגידים מקנא געווען מִיטן שידוך.

אויף דידאָזיקע תּנאים פִּין איך, דער שריבּער פון דער: דאָזיקער געשיכטע, אויך געװען איינגעלאַדן, וייל צוליב גע: שעפט:זאַכן בּין איך פון עטלעכע חדשים געװאָרן אַן איינגייער דאָרט אין שטובּ, האָבּ איך דאַן געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דאָרט אויפן טיש אַ שיינעם זילבּערנעם לייכטער. איך האָבּ אים זייער שטאַרק בּאַוװואונדערט. און וייל ער האָט אויסגעזען גאָר ניי, האָבּ איך געמיינט, אַז מען האָט אים ערשט געקויפט צו די תּנאים. האָבּ איך געפרעגט קונען, בּיי װעמען זי האָט אים גע לאָזט מאַכן,

,דער לייכטער איז שוין א צייט בּיי מיר', -- האָט זי מיר געענטפערט, -- מיין מאַן האָט אים געבּראַכט פון פּרײסן, אָבּער

איך ניץ אים מער נישט, וען ביי מיין חייציקלען איז תּנֹאים,

און ווייטער קיינמאָל נישט. איך היט אים, וייל איך האַלט אים אויף דרשה=געשאנק פֿאר מיין חייציקלען,*

איך האָבּ מיך קוים איינגעהאַלטן פון לאַכן

ויהי, און עס איז געװען, אַז דער עולם האָט אָנגעהויבּן צו גיין אַהיים, איז צו מיר צוגעגאַנגען דער מויציטער און האָט מיך געבּעטן אין ר' שמערלס נאָמען, אַז איך זאָל נאָך אַ קליינע וויילע פאַרגּלײבּן, האָבּ איך געמיינט, אפשר יל מען דאָ מיך אויפהאַלטן אויף אַ גוט גלעזעלע משקה. האָבּ איך געװאַרט. וען אַלע זיינען שוין אַװעקגעגאַנגען, איז צו פיר צוגעגאַנגע

= 16

חייציקל.

ר' שמערל מיט דעם מויציטער און האָבּן מיך געבּעטן אַז איף זאָל אָנשרייבּן צו דעם מחותּן אַ בּריוו אין לשון:קודש אין דעם חתנס נאָמען. |

איך, װאָס איך האָבּ גוט געוואוסט, װאָס פאַר אַ טויגעניכטס ער איז, דער תּלמיד, מיט דעם רבּין צוזאַמען, האָבּ מיך געמאַכט גאָר נישט וויסנדיק און האָבּ געזאָגט צו דעם מויציטער:

, אין איר אַליין זייט קליין אָנצושרײבּן אַ בּריוו *

,פּאַרשטײט איר מיך, -- האָט יענער אָפּגעענטפערט, רויט: ווערנדיק, -- איך בּין דאָך פון די ליטווישע עילוים, װאָס פאַר= נעמען זיך נאָר מיט לערנען אַלין, בּיי אונז איז חריפות אַ באַ: זונדער זאַך, און שרייבּעכץ איז אַ בּאַזונדער זאַך. איך װאָלט אויך מער נישט האָבֹּן װאָס צו טאָן, צו פאַרנעמען זיך, וי אַ קליין יינגל, מיט טינטלעריי... אַ שיינער משא וּמתּן װאָלט עס געווען פאָר מיר, איך װאָלט טאַקע אַרױסגעװאָקטן אַ רעכטער מענטש."

נו, - האָבּ איך געזאָגט, -- איך ווייס נאָך אַצינד אויך נישט, כאָטשבּי איר קאָנט נישט שרייבּן, אין װאָס עס פּאַשטײט איער רעכטע מענטשלעכקייט. איך מיין, אַז איר קאָנט אויף נישט לגרנען. איר וייסט נישט קיין פּסוק, קיין דקדוק, קיין מדרש.*

דאָ איז דער מויציטער אין כּעס געװאָרן און האָט ויך יאָפּגערופן ;

;אָט הױבּט זיך אָן מיט אַ היינטװעלטיקן. אַ שיינער למוד. בֹּשעת מען לערנט גמרא, און עס װערט דערמאָנט אַ פּסוק, קוקט מען זיך איין אין חומש אָדער אין עשרים וארבּע. אויך מיר אַ זאַך. און װאָס האַקט א"י מיר אָן אַ קאָפּ מיט דקדוק. איך האַלט מיט די, װאָס זאָגן, אַז דקדוק בּרענגט נאָר צו מדת. ניאוף. און װאָס איר זאָגט מיר עפּעס פון מדרש, איז דאָס גלאַט צו לאַכן פון אייך, איר ווילט מאַכן פון מיר אַ בּעל:דרשן, אָט זייט אַ בּריה און פאַרהערט אייך מיט מיר אין האַרבּע שטיקלעף גמרא, װוצט איר נישט וויסן, וואו אייער געבּיין װעט אַהינקומען!+

אר מ. דיק

האָבּ איך צו אים געזאָנט:

;אָבּער דער תּכלית פון נמרא לערגען איו דאָך אום אַ די! צו. וויסן. צי ווייסט איר דערפון, װאָס אַ האָר איו װערט? אײ בּאַװיז האָג איך שוין דעדפון אַלײן, װאָס איר װוילט נעמען אַ יונגן יינגל און פּאַרדרײיען אים מיט אַ װײבּ. אַ ייננל, װאָס איו אָן תּורה, אָן חכמה, אָן מלאכה און װייס נישט, מיט װאָס אַ ווייבּ מפרנס צו זיין, װאָס דאָס איז דערװידער אַ בּפירושן דין אין רמבּ"ם. ער זאָגט דאָך אין ס' יד החזקה, אַז אַזױ טוען נאָר טפּשים;! זיי נעמען פריער אַ ווייב, איידער מען וייס נאָך מיט װאָס אַ ווייב מפרנט צו זיין.?

אויף אַזעלכע זייטיקע דינ'ם, -- האָט דער מויציטער באַ. מערקט, - קוקן נישט אַזעלכע ליט, װי מיר זיינען. און נייע חוקים װעט איר בּיי אונז נישט מאַכן"

קורץ דערפון, איך האָבּ נישט געװאָלט מיט אים אַרײנגײן אין ווייטע ויכּוחים. איך האָבּ אים אָנגעשריבן דעם בּריוו און האָבּ אים איבּערגע'ייענט פאַר זי עס האָט אים אָבּער נישט פאָרשטאַנען - נישט דער מויציטער, נישט חייציקל און נישט דער פאָטער. נאָכדעם האָט מען די גאנצע נאַכט געהוליעט.

חייציקל איז דעמאָלט אַלט געװען זעכצן יאָר, אָבּער ער איז געווען אָן שכל, אָן געזונט און יראת שמים, אָן דרך ארץ, אָן תּורה, אָן מוסר און אָן אַ פעדער. ער האָט געהאַט אַ בּלאַס פנימל, ‏ ווייל פון עלפטן יאָר אָן האָט ער שוין אַלץ געטראַכט פון אַ װייבּ. און דאָס שאָדט זייער צום געזונט, װי אונזער גמרא זאָגט ,הרהורי עבירה קשה מעבירה גופא." דאָס טראַכטן און קלערן פון דעמדאָזיקן ענין שאדט פיל מער, וי די עבירה גופא,

אָ, איר טאַטע און מאַמעס, היט אייערע יונגע קינדער, אַז זיי זאָלן פון דעמדאָזיקן ענין נישט געװאָר וערן, װאָס איז זייער געפערלעך צום גוף און צום נפש, װאָס פאַרצערט דעם קערפּער און פאַרשמוצט די נשמה, אַזױ גיך, װי אַ פונק פייער פּאַרצערט אַ גאַנצן קאַסטן מיט פּולװער. דעריבער צו שרײבן

- 18 --

הייציק2

זיינען הונדערט בויגן פּאַפּיר אויך װײניק. אָבּער פאַר דעם קלוגן איז גענוג אַ ואונק. |

לאָמיר אָבּער ווייטער פאַרציילן אונזער געשיכטע.

ובין כה וכה, און דערוייל, װי אונזער ר' שמערל האָט זיך אַלץ דאָ געמחותּנט און מקבּל נחת געוען פון זיין הויקער און פון דעם מויציטער, האָט די צייט אַ בּיסל אומגעדרייט דאָס רעדל אין די געשעפטן פון אונזער ר' שמערלען. ער האָט געהאַט צוויי ‏ שלעכטע יאָרן. די שידוכים האָבּן בּיי אים צעשלעפּט אַ האַלבּן קאַפּיטאַל און דאָך איז ער נאָך געװען פאַובּלענדט און האָט געזען מיט אַלּע מענלעכקײטן צו טאָן דוקא דעם פעלער און האָט זיך בּדלות געשטעלט מיט דער חתונה. ער האָט געמוזט פאָרן קיין בּראָד. ‏ דער זמן-חתונה איז אױסגעפאַלן אין חשון, דעמאָלט, ווען דער װעג איז זייער שלעכט. האָט ער געדונגען צוויי בּריטשקעס, צו פיר פערד,

מען האָט אָנגעבּאַקן און אָנגעפּרעגלט גאַנצע קאַסטנס, מען האָט געמאַכט גרויסע מאָלצײטן, איידער מען איז אַװעקגע= פאָרן, ‏ מען האָט אַרײנגעלײגט אין בּויד אַריין בעטצייג מימ קליידער פאַרן חתן, װאָס האָבן געקאָסט טויזנט רובּל.

געפאָרן איז ר' שמערל מיט זיין ווייבּ, מיט צוויי מיידלעך, טעכטער, און דער חתן מיטן מויציטער, אַ בּאַהעלפער, אַ קעכין, אַ דינסט, אַ יונג, און אַ פּאֶר נגידישע יונגעלייט מיט זייערע ווייבּער, | דער וועג איז געװען שלעכט. דער יקרות גרויס און די נסיעה פון העכער הונדערט און צװאַנציק מייל האָט געדויערט גאַנצע דריי װאָכן. אין וועג האָט דער מויציטער געחורט מײט חייציקלען די דרשות און די פּשטלעך,

הייציקל האָט דאָרט געדאַרפט בּלייבּן אויף קעסט, אוך דער מויציטער האָט זיך געריכט צו פאַרבּלייבּן זיינער אַ רבֿי, האָט ער פאַר זיך אַליין אויך אָנגעגרײיט אַ סך פּשטלעך. |

די נסיעה האָט געקאָסט פיל געלט און געזונט. קומענדיק אַהין, האָט חײציקל אויסגעזען װי אַ מױז אין סמעטענע אוך

- 19 --

א. מ, דיק,

ערשט דאָרט האָבּן אנגעהייבן צו פליען רענדלעך, װי שפּענדלעך, דאָרטן, גּיי דעם מחותּן, האָבּן זי געפונען אַ ריין הויז און זייעך איידעלע מענטשן. זיי זיינען בּיי זיך זייער אַראָפּגעפאַלן, וען זי האָבּן דערזען װאָס פאַר אַ פיינע זין און איידעמס, גרויסע מופלגים אין מושלמים און חכמים ר' שמשון האָט געהאַט. די כּלה איז געװען זייער שיין און קלוג און זייער געבּילדעט, און דערצו הויך געװיקסיק. חייציקל האָט אויסגעזען קעגן איר װי אַ' קליין מאַלפּעלע קעגן אַ מענטשן. סהאָט אים מער געפּאַסט צו עסן דאָרטן טעג, איידער אַן איידעם צו זיין,

עס פאַרשטײיט זיך, אַז ער איז דאָרט בּאַלד נישט געפעלן ר' שמשון אָבּער איז געווען אַ פרומער ייד אין אַגרױסער צדיק, האָט ער אָנגעהױבּן איינצוריידן די טאָכטער, אַז זי זאָל אים דאָך ליבּן.

,ער איז אַפילו אַ שטשופּלער, -- האָט ער געזאָגט, -- און אַ בּלאַמער. אָבּער ער איז אַן עילוי. זיין תּורה װועט דיך בּאַקרײי. נען און באַשײנען. נישקשה, בּיי אונז אין שטובּ װעט ער װערן אַ מענטש. זיין אויסגעװייקטער פּנים ווייזט אויס, אַז ער מוז זיין אַ גרויסער מתמיד, און תּורה איז דאָך די בּעסטע סחורה."

די כּלה איז געוען אַ גאַנץ פרומע טאָכטער. האָט זי גע= פּאָלגט דעם פאָטער און האָט פאַר ליב אָנגענאָמען דאָס, װאָס איד נישט געוען ליבּ. די זין, די איידעמס, די טעכטער, די שניר האָבּן געװאָלט דעם אַלטן אויפעסן. דאָך אָבּער איז דער אַלּטער געבּליבּן בּיי דאָס זייניקע. ער האָט פּשׁוט קיין מוט נישט גע: האַט אָפּצעלאָזן דעם שידוך און מבייש צו זיין ר' שמערלען מיט זיין פּאַמיליע, װאָס זיי זיינען געפאָרן אַזאַ ווייטן עג און האָבּן זיך מרבּה הוצאה געװען, דערצו האָט ר' שמערל בּאַשאָטן די דינערשאַפט מיט געלט, און יעדער האָט דערציילט פון חייציקלען אַן אַנדער חכמה. אױך האָט ער אין בּראָד געקויפט זייער פיל פּערל און האָט דערמיט פּאַהאָנגען דעם האַלו פון דער כּלה.

ר' שמערל האָט גאַנץ גוט פאַרשטאַנען, אַז, ער האָט מיט חייציקלען אַ צוגרויסן טריט געמאַכט, דאָס הייסט ער האָט אָנגע=

= 90 --

הייציקל

ויענדט אַלע מעגלעכקייטן, צו מאַכן אומגליקלעך זיך און זיין ווייב און זיין זון. דורך די גרויסע מתּנות און גרויסע נדבות, װאָס ער האָט דאָרט געגעבּן, האָט ער זיך געמאַכט אַ שם אין בּראָד פאַר אַ גרויסן גביר און האָט אויסגעמירט זיין פארלאַנג,

אין עטלעכע טעג אָרום איז געווען די התונה. דער חתן האָט געזאָגט א פֹּצָר דרשות. עס איז האַלב געפנלן, האַלבּ נישט געפעלן, נאָר בּלייבּט נאַר, מקח בּלײבּט מקח. האַלט זיך מיט דער דודע, דען עס איז שוין נאָך דער סעודה.

אַ טאָג צען נאָך דער התונה איז ר' שנערל געבּליבּן אין בּראָד, בּיז חייציקל זאָל צוגעװויינט װערן צו דער כּלה און צי די הויזלייט,

דערווייל האָט דער מויציטער געהאַט אַ גוטע געליגנהײט פאַקאַנט צו װערן מיט ר' שמשונען אין לערנען. ר' שמשון האָט איינגעזען, אַז דער מױיציטער קאָן גאָרנישט לערנען. אין יקאָפּ דרייט זיך עפּעס, כּלומרשט א חריץ, אָבּער אינגאַנצן איז ער פּוטט און ווייס נישט קיין פּסוק, קיין רמ"בּם, קאָן נישט קיין אייב" ציקע מסכתּ, און װער רעדט שוין פון אַזייטיקן למוד--פון אַ מדרש, פון אַ פּסוק, פון דקדוק אֲודאי און אודאי נישט. און, װידער, פאַרקערט האָט דער מויציטער געזען, אִו ר' שמשון איז אַ מופלג גדול מיט א גרויסן קאָפּ אין לערנען, און דעוצו נאָך א גרויסער הכם אין אַנדערע חכמות און אַ ‏ מענטש מיט גוטע מדות. איז :דער מויציטער בּיי זיך זייער אַראָפּגעפאַלן.

| ער האָט זײיער גוט פאַרשטאַנען װי ער זעט אויס בי

דעם מחותּן און אַ פּשיטה שוין פּיי די איידעמס, װאָס זיינען געװען גרויסע לומדים און גרויסע מושלמים. זיי האָבּן אים געהאַלטן פאַר אַן אַלטן יינגל, װאָס זיצט בּיים טיש און הערט זיך צו װי מען לערנט, דער מויציטער האָט זיך אָבּער אָנגעהױבּן מיט זיי צו האַקן אין לערנען מיט פּוסטע דבּורים אין מיט גרויסע געשרייען,

האָט אים איינער פון זיי געפרעגט:

7 א

א. מ. דיק.

,האָט איר נישט געקענט פּאַקומען פּאַד זיך אַ רבין אין מויציט, װאָס איר ייט ואָר געװאָרן א מלמד אין לינאָװע /*

דידאָזיקע װערטער האָבּן געשטאָכן וי א שפּיז ר' שמערלס הארץ. ער האָט שוין דאָרטן גוט פאַרשטאַנען, װיאַזױ חייציקל אַליין װעט האָבּן אַ פַּנים בּיי זיי, אַז זיי וועלן זיך פאַנאַנדער* רייזן מיט אים אין לערנען

קורץ דערפֿון, דער מױציטער איזן דאָרט אויך קלאָר געװאָרן, וו אָ ס מען רופט אַ למדן און װער עס ווערט גערופן אַ רעכטער מענטש. ער האָט דאָרט אויסגעזען, װי אַ שװאַרץ יאָר. ער האָט שוין נישט געטראַכט מער דאָרט צו בּלײיבּן. ניין. עס האָט זיך אים דאָרט געצויגן אַ טאָג - אַ יאָר. ער האָט געזען, װי מען שטעלט אים גאָר אַרױס פון הינטן אַ צובלי אַזױיצַרום האָט ער שוין אויך נישט בעסער או'סנעזען בּײ ר' שמערלען אַלין, װאָס ביי אים האָט געציטערט דער פּופּיק ועגן זיין חייציקל אַלײן.

אחר ימים עשרה, אין צען טעג נאָך דער חתונה האָט זיך ר' שמערל צעזעגנט מיט װייציקלען, מיט דער כֹּלה, מיט די -מחותּנים און האָט געלאָזט איבּעראַנײיעס גרױטסע מתּנות דער שנור און יעדערן בּאַזוֹנדער, און בּאַפּרידיק? די דינערשאַפט. דער מויציטער האָט מוסר געווען חייציקלען נאָך עטלעכע פּשטלעך און האָט זיי אים אויסגעלערנט אויף אַזאַ אופן, אַז יענער זאָל זי זאָגן מיט אַזאַ אָנשטעל, פּונקט װי יעדער פּשטל איז אים אין דער -רגע אינגעפאַלן. ער װאָט אים אױך איבּערגעגעבן געוויסע כּללים, ויאזוי ער זאָל זיך מיט זי אַמפּערן אין לער: נען. איבערהויפט זאָל ער זי אַלעמאָל זאָגן: גניין! איך מיין פאַרקערט! מען קען גאָר אַנדערש זאָגן". װייל מיט דידאָזיקע ווערטער איז זייעד לייכט יענעם צו פאַרטומלען, חייציקל אָבּער איז נישט געווען אַזױ פיפיק, װי ער, און האָט דעמדאָזיק' כּלל אַלעמאָל זייער שלעכט אָגגעװענדעט, װי מיר װעלן עס בּאַלך דערציילן,

= 54 -

חייציקל.

ויהי, און עס איז געווען, װי זיי האָבּן זיך צעזעגנט, און ר' שמערל, װעלכן עס האָט זיך דאָך געװאָלט, אַז דער מוי. ציטער זאָל דאָ פאַרבּלײבּן מיט חייציקלען כאָטש אויף איין זמן, האָט געפּרובט ריידן מיט ר' שמשנען װעגן דעם, האָט אִים יענער געענטפערט: : ,ניין, מיר האָבּן אין בּראָד פיל בּעסערע מלמדים, װאָס זיינען אמתע לומדים, חכמים און שרייבּערס. זאָל ער פאָרן מיט אייך געזונטערהייט. און דאָ האָט ער זיין דרשה:געלט"

ער האָט אים געשענקט צװאָנציק טאָלער, און האָט ר' שמערלען דערבּיי פאַרזיכערט, אַז ווען חייציקל װעט קיין עקשן נישט זיין און װעט פאָלגן, קען װערן מיט דער צייט אַ מענטשש פון אים, | מיט דידאָזיקע ווערטער האָט ער ר' שמערלען ממש מחיה געווען. זי האָבּן זיך צעקושט, און ר' שמערל מיט זיינע מענטשן זענען אַװעקגעפאָרן לשלום אַהיים. דער מױציטער איז אָבּער געווען זייער אומצטיק, װי אַ נאַסער האָן, דעם גאַנצן װעג אי ער געווען בּיי ר' שמערלען מיט זיין ווייבּ צו לאַסט, וי אַן אומצופרידענער גאַסט. זײי האָבּן געזען לייז צו װערן פון אים בי דער ערשטער פבּעסטער געלעגנהייט. אַז זיי זײינען גע קומען אַרום לאָהישע, האָבּן זיי אים אַרונטערגעלאָזט. דאָרטן האָט זיך אים געמאַכט אַ פאַרהערעניש. אַזױאַרום זיינען זיי פון אים פּטור געװאָרן.

ר' שמערל מיט זיין וייבּ זיינען געפאָרן אַהיים האַלב פריילעך האַלבּ:פאַרזאָרגט. אַ ויילע האָט זיך זיי געדאַכט' אַז זי האָבּן זייער קינד פאַרזאָרגט און עס װעט אים דאָרט זיין גוט און אַ וויילע האָבּן זיי, פאַרקערט, געטראַכט, אַז ער װעט דאָרט קיין קיום נישט האָבּן, אַזױ האָבּן זיי זיך אַ גאַנצן וועג אַלץ געשלאָגן מיט די געדאַנקען, און זיינען שיער שוגע געװאָרן פון די רעיונות. דאָך, פאַר מענטשן האָט מען גע וויזן אַ פריילעך פּנים. מען איז דאָך אַראָפּגעפאָרן פון ועג, שו זען זיך מיט װייטע רייכע קרובים, צו דערציילן מיט װעמען

- 93 --

א. מ. דיק.

זיי האָבּן געטאָן אַ שידוך, דאָרטן האָט מען אױף דאָסנײ גע= הוליעט, און די רענדלעך זענען געפלויגן װי שפענדלעך. דער וועג איז אַלץ געווען אַ שלעכטער. זיי האָבּן זיך געשלעפּט צו פיר, פינף מייל אַ טאָג, זי זיינען געפאָרן זייער שער מיט גרויסע שווערע קאַסטנס און זאַלבּעצענט. די נסיעה האָט גע= דויערט צוריק אַ וואָך זיבּן, אַכט.

קורץ דערפון, זיי זענען געקומען אויסגעמוטשעטע קײן לינאָװע צוועלף אַזײגער בּיינאַכט. בי די ראָנאַטקעס האָבּן זי סטראַזשניקעס זיי אָפּגעגעבּן מזל-טוב און זיי האָבּן זיי געטיילט לעקעך און פּראָנפן און האָבּן זיי פאַרצײילט די גרויסקייט פון דעם שידוך, די סטראַזשניקעס האָבּן זיך קוים איינגעװאַלטן פאַר לאַכן, עס איז געווען פוֹן װאָס צו לאַכן, װי דו װעסט עס בֹּאַלֹד אַליין זען.

ר' שמערל איז מיט זיינע לייט אַרוױפּגעפאָרן צו זיך אויפן הויף, און האָבּן געדאַנקט און געלױבּט דעם אױיבּערשטן, װאָי זיי האָבּן זייערע בּיינער געבּראַכט אַהײם,

וימצאו, האָבּן זיי אָבּער געפונען די טירן מיט די לאָדן אינגאַנצן פאַרהאַקט. האָט ר' שמערל אַליןְ אָנגעקלאַפּט אין טיר איינמאָל, צװײימאָל, בּיז עס האָט זיך אָפּגערופן עפּעס אַ קינדער: שער בּאַקאַנטער קול:

,װער קלאַפּט דאָס אין האַלבּע נאַכט?".

,מיר זענען שוין געקומען פון דער חתונה', - האָט קונע געענטפערט מיט אַ דערשראָקענער שטימע.

שיינע זאַך! -- האָט זיך אָפּגערופן יענער קינדערשער קול. - מיר האָבּן געמיינט, אַז איר זייט שוין אַלע אויסגע. שכאָרבּן. מען זאָל זיך דאָס אַזױ לאַנג זאָמען "

,װער איז דאָס עפּעס דאָרט פאַר אַזאַ איינער, װאָס חכמעט זיך דאָ מיט אונון" -- האָט זיך אָפּגערופן ר' שמערל װי אַ צע: מישטער,

= 54 --

גי

הייציקל

,פּטור, גאָר אַ נייס, זיי דערקענען מיך שוין גאָרנישט! - האָט זיך יענער אָפּגערופן פון שטובּ. -- צען יאָר װאָט חוזק גע וואונט מיט זיין װייבּ און האָט איר דערנאָך נישט דערקענט.*.

דאָ איו שמערל אין כּעס געװאָרן און האָט אַ קלאַפּ גע* טאָן מיטן פוס אין טיר, און זאָגט: |

,װעסטו מיר נישט זאָגן אויף דער שטעל, װער דו בּיסט און עפענען גלייך די טיר, הייס איך אויפבּרעכן די טיר און דיך װעל איך לאָזן בּינדן. עס מון דאָ עפּעס זיין נישט קיין גוטע זאַך. װי קומט צו מיר אין שטובּ עפּעס אַ יונגאַטש. דאָס יינגל מוז אַודאי זיין פון די נאַכט:גנבים. ער האָט זיך דאָ בּודאי אַריינְגעלאָזט דורך דעם קוימען. װי קומט אַהער אַ יינגלני

,אָך, אָך! -- אָט זיך יענער אָפּגערופן פון שטובּ. -- דאָס איז שוין אַזױ גיך פאַרגעסן געװאָרן! נו, זאָל זיך אייך דאַכטן, אַז איך בּין חייציקל אַלין. דאָס איו זיך אַ בּיסל געזאָמט.* |/,אַ צרה מיר נישט געשען, אוֹי, אַ גזרה, אַ חורבּן!-האָט די מוטער אָנגעהױבּן צו שרייען. -- איך װעל עס נישט אויס: האַלטן. איך בּלייבּ! סכייטש, ערשט אַכט װאָכן נאָך דער חתונה און שוין אַנטלאָפֿן !* |

,גאָר אַ נייט אַנטלאָפּן !--האָט חייציקל געענטפערט, עפענענ: דיק די טיר. -- איך בּין נישט אַנטלאָפּ:. זיי אַליין האָבן געדוג. גען אַ בּריטשקע מיט דריי פערד און האַבּן מיר געהייסן פאָרן אַהים צו אייך,*

;אָבּער אַזױ גיך ?* -- האָט זיך אָפּגערופן די מוטער, בּרעכג: דיק די הענט, |

,נו, וי דען װילסטו? -- האָט ער איר געענטפערט.--שלעפּן זיך בעסער מיט משא אַכט װאָכן װי איר, מיט דאַרדעװאַסע פערך ? דו װאָלסט זען מיין פורמאַנקע -- אַ פּאָר קאַטעס מיט אַ ליידיקער בּריטשקע. מיר זיינען געפלויגן כּמעט אין דער לופטן,*

וואו זיינען דיינע זאַכן? -- האָט זי אים געפרעגט. עס האָט דאָך אונז געקאָסט בּלוט, אַז איך בלייבּ פאַר צרות!*

2 =

א מ. דיק.

װאָס דאַרף איך די זאַלן? אֲבַּי איך בּין דאָ אַלין, --האָט ער געענטפערט און האָט זיך פאַנאַנדערגעװיינט, -- װאָס צאַפּט איר מיר די דמיםן נישקשה, די זאַכך זיינען דאָרט דאָ אינגאַנצן,

ועתה, "עצט לאָמיר דאָ לאָון שטיין חייציקלען מיט זיינע | געקריינקטע עלטערן, װאָס האָבּן זיך געואונטשן דעם טוט און אים אויך, ווייל חוצדעם, װאָס זיי זיינען דורך אים בדלות גע: װאָרן, איז די חרפה געווען גרויס אָן אַ שיעור. גוטע פריינט וועלן האָבּן צער, שונאים װעלן זיך פרייען. לאָמיר נישט שטיין דערבּיי און זיך צוקוקן, װיאַזױי זי גריזשען זיך אײינאַנדער, און מיר וועלן בּעסער זען, וי די זאַך איז צוגעגאַנגען מיט חייציקלען אַלײן אין בּראָד,

קוים זיינען די עלטערן אַװעקגעפאָרן און ר' שמשון מיט זיינע קינדער האָבּן זיך אָנגעהױבּן אַרומצוזען אַרום חייציקלען אַליין, בי דעם ערשטן מאָל ריידן מיט אים אין לערנען, האָבן זי שוין גוט פאַרשטאַנען, װי דער בּעל-כּוח האָט זי אָפּגענאַרט, זי האָבּן אין אים דערקענט אַלע זיינע חסרונות אויף איין מאָל, אַז ער איז אָן כּוֹה און אָן מוח און איז דערצו אַ גרויסער נאַר און אַן עקשן. אַלע :שטלעך, װאָס דער מױציטער האָט אים אויסגעלערנט, האָט ער פאַרניצט אין איין טאָג. ער האָט זי אױסגעפּלוידערט איינעם נאָכן אַנדערן, אַװי אַז מען האָט גלייך פאַרשטאַנען, אַז דאָס זיינען נאָר אויסגעשטעלטע פּשטלעך.

אין אַ פּאָר טג אַרום, האָט זיך אַ שװאָגער מיט אים גע2 אַמפּערט אין אַ שטיקל גמרא. חײייציקל האָט אֲפילו געהאַט דעם כּלל, װאָס דער מויציטער האָט אים איבּערגעלאָזט, אַן ער זאָל אַלץ זאָג ניין, עס איז נישט אַזױ, אדרבה, פאַרקערט האָט אים דער שװאָגער געזאָגט דעם מהר"שאי"

;אָבֶּער עס מאַכט דאָך אַזױ, וי איך זאָג,? - האָט אים יעגער בּצמערקט.

,ניין, אדרבּה, דער מהר"שא מאַכט גאָר פאַרקערט",--האָט חייציקל געטענהט דאָס זייגיקע,

- 98 -

מייציקל

האָט זיך דער שװאָגער אָפּגערופן: ;נו לאָמיר אָקאָרשט אַראָפּנעמען דעט מהר"שא און לאָמיר וזען* /

האָט חייציקל געענטפערט :

;אַדרבּה, לאָמיר דעם מהר"שא נישט אַראָפּנעמען און נישט זען.* איז געװאָרן אַ גרויס געלעכטער, און ער האָט געמיינט, אַז ער האָט געזאָגט אַ גרויסע חכמה און דאַדורך לאַכט מען. | אין אַכט טעג אַרום האָט ער געדארפט שרײבן אַ בריה צו דעם פאָטער, האָט ער געבּעטן דעם נייעם רבּין, ער זאָל אים שרייבן אַ בּריוו האָט מען אים געװאָלט לאָזן לערנען שרייבּן, האָט ער נישט געװאָלט. ער האָט געזאָגט: | ;דער מויציטער האָט אויך נישט געקענט שרײבּן און האָט קיין זייטיקע זאַך נישט געוואוסט. פונדעסטוועגן איז ער געווען אַ גרויסער מענטש.*

ער האָט אויך נישט געקענט לײדן, װאָס מען רעדט ד אָרט האַלבּ דייטש און פאַרגויאישט. אין אַ געזעלשאַפּט פלעגט ער זיצן װי אַ גולם, ווייל ער האָט נישט פאַרשטאַנען קיין איין װאָרט, װאָס מען האָט גערעדט. אױסערדעם, האָט ער נישט געוואוסט צו גיין ריין אַרום זיך, די האָר שטענדיק פול מיט פעדערן, נישט אויסגעקעמט. און ווען ער האָט גערערט, האָט ער זיך געשאָקלט און געקראַצט. פאַר א קריסט פלעגט ער זיך דערשרעקן און בּאַהאַלטן. בּיים טיש פלעגט ער אײנשלאָפּן, װי א קליין יינגל, 1

דאָך האָט ר' שמשון געװאָלט נאָך מאַכן פון אים אַ מענטש. ער האָט אים געדונגען אַ גוטן מלמד, אַ גוטן לערער, און פלענט אים אַלײן מדריך זיין. ער האָט אָבּער אין די ערשטע צוויי װאָכן שוין פאַרשטאַנען, אַז עס איז אומזיסט די מי און די אַרבּעט. דערצו האָט אים דאָס װײיבּל פיינט געהאַט װי דעם טויט,

= 97 --

א. מ. ך לֹ ק.

אין גאַנץ בּראָדר האָט מען אים גערופן ,די פיינע פריה פין ליגאָווע", ,ר' שמשונס עילוי? און נאָך אַזעלכע שפּאַסנעמען אַזױ אַז דאָס יבל האָט זיך געשעמט צו שטיין אין זייגע פיר איילן, די איידעמס מיט די זין האָבּן אָנגעהױבּן אַרײנצורײידן אין דעם אַלטן, ער זאָל רחמנות האָבּן אויף זיין טאָכטער און זאָל פון דעמדאָזיקן יינגל נעמען גט, איידער זי װעט װערן מעוברת. דער אַלטער האָט אַפילו נישט געװאָלט. עס זיינען אָבּער צו: געשטאַנען צו אים גוטע פריינט און אָנגעועענע מענטשן און האָבן אים איבּערגערעדט. און בּיי חיציקלען האָט מען דאָס זייער לייכט געפּועלט. די שװאָגערס האָבּן אים געוויון אַ בּריטש: קע מיט צוויי שיינע פערדלעך און האָּן אים געפרעגט:

,חייציקל, װילסט פאָרן אַהיים. ‏ עס אין דאָ אַ וואוילע פור, װאָס פאָרט ליידיק און ליין קיין לינאָװע."

האָט ער געענפערט אַ דערפרייטער:

, גוט,*

האָבּן זי געפרעגט:

,טאָמער װעסטו שוין נישט קומען צוריש*

אין ער האָט געזאָגט:

נאַט אייך אַ האַנט, אַז איך װעל יאָ קומען צוריק.*

מיר גלױגן דיר אָבּער נישט, - האָבן זיי געזאָגט. - מיר ווילן דיך האָבּן אין דער האַנט. דו זאָלסט דיין װייבּ געבן גט. און װען דו װעסט נישט קומען צוריק אין אַ פּאָר חדשים אַרום, װעלן מיר זי חתונה מאַכן מיט אַן אַנדערן *

,פטור, -- האָט ער געענטפערט, -- איך װעל נאָך אַפילו פריער קומען,*

קורץ דערפון, דער פורמאַן האָט צוגעטריבּן און חייציקל האָט זיין ויבּ געגעבּן גט. ער האָט נישט גענומען קיין שום זאַך מיט זיך, װיל ער האָט זיך געריכט, אַז ער װעט באַלף. צוריק קומען. אַזױ איז ער אַװעקגעפאָרן לשלום אהיים, און איו נאָך געקומען קיין לינאָוע פריער פון זיינע עלטערג

= 98 --

ח ייציק. אטאנ טטאטאסטאטאאמטאעפפטטאנטאפטשאר

ער האָט זי געעפנט די טיר, װי מיר האָבּן פריער דער ציילט און האָט זיך נאָך געבּיזערט אױף זיי, פאַרװאָס זי האָבּן זיך אַזזי לאַנג געזאָמט. פאַר איינוועגס האָט ער זײ דער* ציילט, אַז ער איז שוין אַ גרוש אויך.

איצט וועלן מיר זיך אומקערן צו חייציקלט עלטערן, װאָס זיי זיינען געװאָרן אויסער זיך, הערנדיק.

בּיום ההוא, אין דעמזעלבּיקן טאָג, װאָס ער איז געקומען צו פאָרן פון דער חתונה, האָבּן זיי נאָך געדאַרפט צנטפערן הונדערט מענטשן : :

, מיט מזל זאָלט איר לעבּן!"

אויף דעם מזל:טוב, װאָס מען האָט זיי אָפּגעגעבּן. מאַנכל האָט מען נאָך אויך געדאַרפט מכנד זיין. דערצו האָבּן זיי גע* מוזט שיקן אַ מענטשן קיין בּראָד אָפּצונעמען די קליידער, די מתּנות און דעם שלישית. עס האָט געקאָסט גענוג מי און הוצאות, אויסער חרפּות און בּושות,

עס האָט דערמיט גערוישט פון לינאָװע בּיז בּראָד. דעמאָלט האָט מען דעם יונגנמאַן אַ נאָמען געגעבן חייציקל אַלייף דאָס האָט ר' שמערלען אינגאַנצן אַרצפּגעזעצט פון טראָפּ. עס איז אים אַזױ איינג געװאָרן, אַז ער האָט געמווט אָנזעצן. מיס די טעכטער האָט ער שוין געטאָן שידוכים מיט פּראָסטע און ערלעכע יונגעלייט, איינער איז געווען אַ שרייבּער, דער צװיי= טער אַ פוטער-הענדלער. זיי האָבּן זייערע װײבּער ערלעך און אָרנטלעך אױסגעהאַלטן,. חייציקל אָבּער איז אים געבּליבּן אַן אײיבּיקער הויקער. ער האָט אים נאָכאַמאָל חתונה געמאַכט מיט אַן אָרעם מיידל און האָט אים גענומען צו זיך אויף קעסס.

צוויי יאָר נאָך דערדאָזיקער מפלת האָט זיך נאָך ר' שמערל געראַנגלט אַלץ מיט זיין גליק. ‏ עס האָט זיך אים נאָך אַלץ געי װאָלט שפּילן די ראָלע פון אַ גביר. ער איז אָבּער געװאָרן אַ גרויסער יורד, אַז ער האָט שוין די אָרעמקײט גאָרנישט געקענט בּאַהאַלטן פון דעם עוֹלם. און ערשט האָט ער הרטה געהאַט, װאָס ער האָט זיין פאַבּריקל אָפּגעלאָזט אוֹן האָט אָנגעהױבן צו

29

א. מ, דיק.

גיין אין גדולות. ‏ דער רעכטער שכל קומט אָבּער אַלע מאָל אל שפּעט, װי אָפט אַ חתן צו אַ כֹּלה. ער פלעגט תמיד שילטן דעם מויציטער, די שדכנים. ער פלעגט גריזשען דאָס וייבּ, װאָס זי האָט אים דערצו צוגערעדט. ער האָט זי געגריזשעט אַזױ לאַנג, בּיז זי איז, נעבעך, קראַנק געװאָרן און איז אַװעק פון דער וועלט פאַר דער צייט, :

נאָך איר האָט ער אייך נישט לאַנג געלעבּט און געשטאָרבּן אִיז ער אין הקדש. און חייציקל, דער עילי, דער בן-גביר, איז געבּליבּן אַ קבּצן, אַ גאָרנישט, אַ נאַר, אָן תּורה, אָן חכמה, אָן מלאכה, אַ מטופּל מיט קינדער, פאַר גרויס רחמנות האָט מען אים געמאַכט פאַר אַ סטראַזשניק. ער האָט אָבּער דערצו אויך נישט געטויגט. האָט ער געמוזט לעבן פון קצבה. און אַז די קינדער פון שטאָט האָבּן אים דערזען פלעגן, זיי שרייען:

חייציקל אַליין ! חייציקל אַליין !*

און דערדאָזיקער נאָמען איז אים געבּליבּן בּיז אין זיין טויט אַרײן.

כּן אחרית, אַזױ איז דער סוף פון נאַראָנים, װאָס וילן פירן אַ צוגרויסע ראָלע אין דער װעלט, װאָס שעמען זיך מיט זייער מלאכה און ווילן זיך פירן װי גבירים.

נו, מיין טייערע לעזערין, דו האָסט זיך מסתּמא פון דער= דאָזיקער געשיכטע גענוג אָנגעלאַכט. דאָך אָצּער זײי ויסן, אַז נישט דערפאַר אַליין אין עס געמאַכט. מיר מיינען אַז דו ואָלסט ווערן דורך דעם אַ קלוגע מוטער, אַז עס זאָל פון דיף אַרויסקומצן אַ זון אַ גוטער, דאָס הייסט אַזעלכער, װאָס זאָל אויף דער וועלט נישט עסן אומזיסט און זאָל נישט גיין ליידיק און וויסט. ווייל װער עס טוט זיך ערלעך גענערן, יענעם טוט די גאַנצע וועלט ערן,

ש אמ צר קוגג:

דאָס איַז זייער אַ שיינע דערציילונג, װאָס אַ דענדל דערציילט פון זיַך, וי עס האָט פּאַסירט מיט אֹיִם פון זיין גענוּרטסטאָג אן איִן יאָר טויונט זיבּנהונדערט אוּן פונצ ג בְּוז דעם יאָר טויזנט אַכט: הונדערט גלייך, ער דערציילט אַלע זיינע אומגליקן, װאָס ער איז אויסגעשט;:ען, אַלע נסים, װאָס זיינען געשען מֿיט איִם, דורך װעלכע הענט ער האָט זיך דורכגעקייקלט אוּן וואוּ ער שטעקט אַצינד. ער פֿאַר= זיַכערט גלייכצייטיק צו דערציילן אין א צו וייטן מפר פֿוּן זיינע איבּריִקע יאָרן, דען ער לעפט נאָך ער-תי

/

צום ערשטן מאָל 24 -ררוקט איך "אָר 1867,

דער רענדל,

אנכי נולדתּי, איך בּין געבאָרן געװאָרן רויט און געזונט אין יאָר 1780 אין דער הױפּטשטאָט האַג, װאָס ליגט אין נידער? לאַנד. גלייך צומאָרגנס האָב איך אָנגעהױבּן גיין און די גאַנצע וועלט איז געווען פריי פאַר מיר, פונקט וי אין די צייטן פונם דור:הפלגה, בּשעת אַלע מענטען האָבּן גערעדט אויף איין לשון און האָבּן געהאַט איין גלויבּן אָדער גאָר קיין גלויבן נישט. יעדערער האָט מיך אויפגענומען פרייגטלעך, װי אַן אַלטן בֹאַ2 קאַנטן, אָדער וי זייער אַ געװוינטשטן גאַסט און איך האָבּ צאמת געמיינט, אַז די גאַנצע װעלט מענטשן זיינען נאַר קינדער פון מיין פאַמיליע און לעבּן צוישן זיך װוי טרייע ברידער, און יעדער האָט מיך צרידערלעך פֿאַהאַנדלט. דערפון האָב איך משער געװען אַו אויבּ יעדער מענטש איז מיינער א ברודער, זיינען דאָך אַלע מענטשן ברידער,

אָבּער דערדאָזיקער גליקלעכער טעות האָט נישט לאַנג גע= דויערט, דאָס הייסט, נישט מער װי אַכט טעג, וייל אויפן אַכטן טאָג האָט מען מיך געיידישט, דאָס הייסט מל געװען, און עטי לעכע װאָכן בּין איך דעריבער שטאַרק קראַנק געווען, כ'בִּין גצ2 לעגן צום בּעט און געטראַכט, אַן צוליב דערדאָזיקער פּלוטיקער אָטּעראַציע וועל איך נאָך אודאי קיין קינדער נישט האָבּן

א. 3 דיק.

אָך, מיין ליבּער לעזערין, דו מוזט זיך אודאי חדושן: װי קומט אַ רענדל צו קינדלען אָבּער מיין טייערע פריינטין, זאָל עס דיך נישט וואונדערן, ווייל אין דידאָזיקע זאַכן זיינען מיר גליין צו מענטשן און צו אַלע אַנדערע בּאַשעפענישן, און איך בּין נישט קיין אויסנאַם. אַלץ אין דער בריאהת ווערט איינגעטײלט אין צוויי מינים: אויף זכר און נקבה. פאַראַן צווייערליי מינים צװישן האַנט-מטבּעות, צװישן דאָלאַרס, רובּלס און דוקאַטן, און ב'קען דיר געבּן טויזנטער רעיות דערצו. אַ שידוך, װי דו ווייסט, ווערט נישט געשלאָסן אָן געלט. בַּיי יעדן שידוך זיינען מיר דער עיקר, דאָס הייסט, ווען אַ שדכן זעט, אַז יי איינעם אין דאָ אַ פּעקל רובּלס-זכרימלעך, און בּיי דעם אַנדערן איז דאָ אַ זאַק מיט רובּלס-נקבהלעך, פירט ער אויס דעם שידוך, און דער יינגל מיטן מיידל, װאָס איר רופט זיי חתן:כּלה, זיינען מער נישט וי צוויי געלט:שומרים. און דעריבער, אַז מיר פֿאַרלאָזן זיי, שיידן זיי זיך אויך פון אײינאַנדער, ווייל זיי האָבּן שוין נישט ואָס צו היטן,

װוי דו זעסט, האָבּ איך געהאַט דאָס אומגליק געבאָרן צו װערן אַ זכר, און מען האָט מיך מל געװוען, געיידישט און אַזױ ווייטער. |

איך בּין אַ בּיסל שװאַך געװאָרן אויף די פיס און האָבּ שוין נישט געקאָנט אַזױ לויפן, װי פריער. אויסערדעם, האָט מען מיך נישט אומעטום אַרײנגעלאָזט. איך האָבּ מיך נישט גע: טאָרט ווייזן אין כּמה וכמה ערטער, אַ שטייגער, אין אַ קאַנטאָר, אין אַן עפנטלעכן אָרט, ווייל מען האָט מיך געיידישט.

ערשט איצט האָבּ איך איינגעזען, אַז אין דער ועַלְט זיי= נען פאַראַן פאַרשידענע אמנות און פאַרשידענע פעלקער,

איך האָבּ געלעבּט אַ לאַנגװײליק לעבּן. אין גרויסע געשעפטן האָבּ איך זיך שוין מער נישט אומגעדרייט. איך האָב געװאוינט פיי מיין מוהל אין שטוּ, װוײיל ער איז געװען אַ גרויסער מכנים אורה און האָט ליב געהאַט אַ גר. דאָך פין איך געװען דער ערשטער גר, װאָס האָט זיךְ בּיי אים אַזױ לאַנג אויפגעהאַלטן

= 9 --

דער רעבדלצ

און דערין איז ער אַליין שולדיק געווען, וייל ער האָט איבּערש געכאַפּט די מאָס און האָט מיך צופיל פאַרשניטן. און דאָך, גישט צו פאַלן אים צופיל צו לאַסט, פלעג איך אים עפטער אַרױסװײיזן קליינע געפעליקייטן. איך פלעג אים, אַ שטייגער, וייזן, וואו עס וואוינט אַן אָרעמער בּעל-חצר, װאָס זיין הויף ווערט נישט אָנגע= נומען אין משכּון, ווייל ער טויג נישט, אָדער וייל ער איז שוין סיי:ווי:סיי אַ גרויסער בעל:חוב, דאָך אָבּער קאָן ער אַמאָל געבן וואוינרעכט דעמיעניקן, װאָס מען האָט אים געכאַפּט מיט אַ קװאָרט דורכגעשמוגלטן בּראָנטן און דעטנלייכן, טיילמאָל פלעג איך אים אַרזיסװײיזן אַ חסד אין אַ שיינק פאַר א גלאָז בּיר, פאַר אַ בֹעש בראָטן גענזל, אַ קאַטשקע וכדומה.

און איך האָב פיינט צו זאָגן, ער האָט קיינמאָל קיינעם נישט אָנגעפייפט, ווייל ער פלעגט אַלע מאָל גענוי בּאַצאָלן אַזויפַיל, וויפיל עס האָט אָנגעטראָפן מיין חסד. דאָך אָבּער האָבּ איך איינגעזען, אַז איך װעל מיך בּיי אים לאַנג נישט עלטערן. הגם ער אַליין האָט מיך מל געווען, דאָך איז ער געווען אַ דם:שונא די יידן, און איך קען נאָך עד:היום נישט זאָגן, צו. װאָס פאַר אַן אמונה ער האָט אָנגעהערט: אין שטובּ האָט מען נישט געזען נישט קיין צלם און נישט קיין, צען מאָל להבדיל, מחוזה. ‏ /

נו, האָבּ איך מיר געטראַכט, אפשר איז דאָ אַזאַ אמונה, װאָס בּרויכט בּיידע זאַכן נישט. איז מיר אָבּער װידער קשה נָצַ= װאָרן. װאָלט מען דאָך געדאַרפט, לפחות, היטן דעם זונטאָג אָדער דעם שבּת אָדער אַנדערע ימים:טובים? בּיי אים האָט זיך עס נישט געלאָזט מערקן. אַלע טעג זיינען געווען גלייך. דאָס איזי קענטיק, געװען אַ מענטש גאָר אָן אמונה, דאָס הייסט װי מען רופט עס פילאָואָף.

נו, האָבּ איך מיך ווייטער געפרעגט - ביי אַ פילאָזאָף איד אַלצאײנס אַ ייד, אַ קריסט, אַ מאַכמעדאַנער, און פאַרװאָס האָט דוקא דער און זיין ווייבּ פיינט אַ יידן! איך מיין אָבּער, אַז מיט זיין פיינטשאַפט צו יידן האָט ער זיך געװאָלט איינקויפן אין יחוֹם בּיי דער װעלט, ויי? דאָס איז דעמאַלט געווען אין דער מאָדע...

- 8

אר מ. דיק,

און אָט אין איינמאָל געווען אַ נאַכט, ווען איך האָבּ בּשום אופן נישט געקאָנט איינשלאָפן, דערדאָזיקער אומשטאַנד האָט מיר גראַדע געגעבּן אַ מעגלעכקייט אונטערצוהאָרכן אַ קליינעם שמועס צוישן מיין באַלעבאָס און זיין אשה,

זי האָט זיך אָנגערופן צו אים:

,זאָג מיר, װילאַנג װעסטו האַלטן דעם קאַליקע בּיי זיך אין שטובּ ! דו האָסט שוין מסתּמא פאַרגעסן, װאָס פאַר אַ צרות מען האָט אויסצושטיין, ווען מען לאָזט איבּערנעכטיקן אין שטובּ אַ בּאַשניטענעם רענדל? דו מזט פּטור וערן פון אים. װאָרום היינט, מאָרגן װעט מען זיכער מאַכן אַ רעויזיע".

דערויף האָט ער איר געענטפערט:

, דו בּיזט אַפּילו גערעכט, אָבּער מען קאָן דאָך נישט נעמען און אַרױסװאַרפן אים אויף דער גאַס! איך װעל אים שוין מאָרגן אויסזוכן עפּעס אַ סטאַנציעלע, און נאָכדעם על איך מיר פּאַ. װאָליע דערלאַנגען א מסירהלע, וואו מען בּאַדאַרף, און עס װעט שוין זיין חי=געלעבּט! מסתּמא װעל איך אים שוין אײינקװאַרטירן בּיי אַ יידל, און איך האָבּ מיך ליב אָפּצורעכענען מיט אַזאַ מין נפש"... | דערהערט דידאָזיקע װוערטער, האָבּ איך מיך שטאַרק דער? שראָקן, װוייל איך האָבּ אָנגעהױבּן איבּערצוטראַכטן, װאָס קיין שונא אין דער װעלט װעט עס קײנמאָל נישט איינפאַלן, ערשטנס, האָבּ איך מיך געשראָקן, טאָמער פאַל איך אַרין אין דער האַנט פון אַ מענטשן אַ פּחדן, דאָס הײסט, צו אַן ערלעכן מאן, און אָט נעמט ער און װאַרפט מיך אַריין אין פייער אָדער אין וֹאַי סער. און בּאמת : פאַרװאָס זאָל איינער צוליבּ מיר אומגליקלעך ווערן, און, צווייטנס, האָבּ איך מיך סתֹּם געשראָקן אַ גאַנצע נאַכט האָבּ איך מיך געשױידערט פון שרעק און ערשט פאַרטאָג האָבּ איך אינגעשלאָפן. און װען איך האָבּ זיך אױפּגעכאַפּט, האָבּ איך מיך שוין געזען בּיי מיין בּאַלעבּאָס אין קעשענע.

דאָרט זיינען בּעת:מעשה געלעגן נאָך עטלעכע מטבעות,, איך האָב אַפילן געװאָלט פאַרפירן מיט זי אַ שטיקל שמועט

= 4

דער רענדל

זיינען זי אָבּער געווען שטום, װי מפּיל-קינדער, ווייל זיי זיינען נאָך נישט געווען פאַרטיק, דעם האָט געפעלט אַ ראַנד, יענעם די פּאָליטור, דער דריטער האָט נאָך נישט געהאַט קיין דאַטע...

בּין איך מיר געלעגן שטיל און געװאַרט אויף מיין גורל. דאָך האָבּ איך מיך אומזיסט געשראָקן. וייל אָנשטאָט צו גין מיט מיר אין דער יידן-גאַס, וי מיין בּאַלעבּאָס האָט געואָגט זיין ווייבּ נאָכן פרישטיק, ואו ער האָט געװאָלט קויפן אַ זומער: בּנד, איו ער גאָר געגאַנגען ערגעץ אַנדערש. עס וייגען געווען פאַרשײידענע סבּות דערצו. ערשטנס, איז שווער אַריבּערצוטראָגן איבּער אַ האַגער גאָס א דאַלאַר, אַ רובּל, אָדער אַ רענדל, ווייל בּיז מען גייט אַריבּער איין האַלבּע גאַס, בּלייבּט שוין אַ העלפט דערפון, מען בּאַגעגנט זיך, אַ שטייגער, מיט אַ בּאַקאַנטן, מאַכט מען מיט אים אַ שנאַפּט אָדער מען מוו געבּן אַ גדבה, אָדער עס מאַכט זיך צו קויפן עפּעס אַ מציאה -- היינט װי קויפט מען נישט! צװייטנס, איז שװער אַריבּערצוטראָגן איבּער דער גאַס פון אַ שטאָט דעמזעלבן געדאַנק, מיט וועלכן מען גייט אַרוֹיס פון שטוב, ווייל ער מוז זיך ענדערן בּּיי יעדן טריט און שריט. מען בּאַנעגנט זיך מיט פאַרשײידענע ענינים, װאָס דערמאַנען פאַרגע, סענע זאַכן און פאַריאָגן אינגאַנצן דעם ערשטן געדאַנק. דריטנס, איז סתּם שווער אַרױסצוגײן פון שטובּ מיט אַ בּאַשטימטער כּנה ערגעץ צו גיין אין תֵּיכֹּף ומיד טאַקע גיין אֲתִיןְ אָן אַן אָפּהאַלט. פאַרװאָס! אַלץ די אייגענע מעשה: מען טרעפט אָן בּאַקאַנטע, מען בּאַגעגנט זיך מיט מענטשן, װאָס פאַרשלעפּן גאָר אַנדערש. וואו אין בּויבּעריק.

אין מיין בּאַלעבּאָס האָבּן זיך איצט די אַלע דרי זאָכן פאַרײיניקט, דאָס הייסט, ער האָט געװאָלט גיין אין דער יידן-גאָט און ער האָט געהאַט געלט פיי זיך און האָט בּאַרעכנט צו קויפן א זומער-בּנד... דאָס איז געװען אַ צױַגריסע לאַסט פאַר אוא לייכטן מענטשן, און פּאַלד װי ער איו אַרוס פון שטובּ, הװאָט איט שוין אָנגצטראָפן א הברה:מאַן אין מען איז אַרײן וין א שיינק מאַכן אַ שנעפּטל, נאָכדעם האָט יענער אים אַװעקגעשלעפּט

זי

א. בֿל, דיק.

צו זיינעם אַ בּאַקאַנטן, און ווען ער האָט אים גייענדיק געזאָגט, אַז ער האָט זיך צו קויפן אַ זומער-מאַנטל, דאָס הייסט, אַז ער װאָט בּיי זיך געלט, האָט אים יענער אָנגערעדט צו נאַפּן דערווייל אַ קערטל,

גערעדט און געטאָן, מען האָט באַלד איינגעלאַדן נאָך עטב לעכע מענטשן, און עס האָט נישט לאַנג געדויערט, װי עס האָט שוין געשמילט אַ מנין מענטשן. אין קאָרטן מאַכט עס נישט אויס. עס שעמט זיך נישט צו שפּילן מיט גרויס און קליין. מען האָט אַרױסגעטריבּן דעם טאָג פון שטובּ, דאָס הייסט, מען האָט צונעמאַכט די פענסטער, אָנגעצונדן ליכט און עס איז אַװעק אַ רעכט שפּיל. און דעמאָלט האָט מיך מיין בּאַלעבּאָס אַרױסגענומען פון דער קעשענע צוזאַמען מיט אַן אַסיגנאַציע, װאָס איז אויך מסתּמא גע* מאַכט געװאָרן אויפן היימישן שטייגער.

עס האָט זיך אָנגעהױבּן אַ שפּיל אויף טוט און אויף לעבּן. מיין בּאַלעבּאָס האָט מיך געשטעלט אויפן ערשטן פייער און עס האָט אים געגליקט, וייל ער האָט מיך פאַרשפּילט נאָר אױף א וויילע. בּאַלר האָב איך מיך אומגעקערט װיױער צו אים. דער" נאָך בּין איך וייטער אַרױס פון זיין האַנט. קורץ גערעדט, יעקעלע דער גאָלד:שלענער האָט נישט געהאַט אַזיפיל װײבּער, זינט ער האָט געלעבּט, וויפיל אַלעבּאַטעם איך האָבּ געהאַט אין דער קאָרטנשלאַכט, וֹאָס האָט געדױערט גאַנצע פערצן שעה איך האָבּ מיך בּאַטײליקט אין דערדאָזיקער שלאַכט מער וי אַלע אַנדערע מטצעות, װאָס זיינען דאָרט געווען, און דאָט נאָר דער+ פאַר, װאָס איך בּין געווען לייכטער און פלינקער פאַר זיי. און ער רעדט, אַז מען האָט געװאָלט אויסטוישן אַ מטבּע, בּין איך באַלד געװען די ערשטע כּפּרה. בי דער ציאונג פון אַ פיגור האָט מען מיך אַרויסגעשטעלט. | |

איך האָבּ מיך, אַלזא, בּאַטײליקט סיי אין דער געלט-שלאַכט און סיי אין דער צייט:שלאַכט (וייל בּיי קאָרטן שפּילן װערן ביידע געשעדיקט, סיי דאָס געלט און סיי די צייס). איך בּין גע* ווען פול אין אַלע ווינקעלעך. איך האָבּ אָנגעגריפן אַלע מינצן=

- 6 --

דער רענדל

| פּאַטאַײעס, און פון זיי געפלויגן צום קאָרטן-מאַרשאַלעק, דאָט הייסט צו דעם פּאַנקיר, ווייל דאָרט איז געווען מיין הויפט-קװאַרטיר, אַ מאָל צען בּין איך געפאַנגען געװאָרן און אַ מאָל צען, ווידער, בּין איך בּאַפּרײיט געװאָרן איך האָבּ שוין געמיינט, אַז איך פִּין ווידער מותּר געװאָרן לבא בקהל, וי אין מייגע יונגע יאָרן און אויף מיר האָט זיך אָנגעצויגן גאָר אַן אַנדער הױט. דער סוף דערפון איז אָבּער געווען, אַז איך האָבּ מיך אָפּנעשטעלט פּיי דעם האן- קיר צואַמען מיט דער אַסיגנאַציע פון מיין פריערדיקן בְאַלע: בּאָס און צוזאמען אפילו מיט מיין פריערדיקער וואוינונג, װאָרום מיין בּאַלעבּאָט האָט פאַרשפילט אויך זיינע לעצטע קליידער מיט דער קעשענע, וואו איך בּין עפטער געלעגן. | ער איז, געבּעך, אַװעק האַלף נאַקעט. װי ס'איז אים געגאו*

נען דאָרט מיט זיין װײף, ייס איך נישט. כוױיס נאָר, אי מיט מיר אי עס צוגענאַנגען. דעם אמת געזאָגט, האָט מיך שטאַרק געפרייט, װאָס איך בּין אַמאָל פּטור געװאָרן פון אים,

אָבּער דער נייער הער איז, צוֹם פּאַדױערן, אויך גישט גע= ווען קיין לייט, און 2'האָבּ זייער גוט פאַרשטאַנען, אז איך על בּיי דעמדאָזיקן פּאַרשױן קיין טון זאַלץ נישט אויפעסן. און אַזוי האָט זיך טאַקע אױסגעלאָזן אין דעם אייגענעם אהגש האָט ער מיך איינגעפּאַקט אין בייטל מיט נאָך טױיונט אַנדערע מטבּעות. ער האָט שוין געװאַלטן דעם שטעקן אין האַנט און פון דער גאַנצער געזעלשאַפט איז געבליבן נאָר איינער, װאָס האָט זיך שוין אויך געקליבן אַװעקצוניין. האָט זיך דער איינער גראָד געדאַרפט דערמאָנען, אַז עס קומט אים פון בּאַנקיר א פאָר דאָ: לאַר, האָט ער געפעטן דעם חוב, און יענער האָטגעזאָגט:

,גי מיר אַ דאָלאַר מיט אַ גילדן רעשט, װעל איך דיף = געבּן אַ רענדל". | יענער האָט דערלאַנגט א דאָלאַר מיט א גילדן, און דער בּאַנקיר האָט ארויפגענומען דאָס פייטל מיט די הונדערטער רענדלעך און דאָלאַר, האָט דאָרט לאַנג געחכט און געקוקט. פיז ער האָט מיך באַקומען און װאָט מיך איבּערגענעבן צו אים.

קיית 2

אס

א. מ. דיק.

דערביי אָבּער האָט ער זיך אַזױ הויך צעלאַכט, אַז עס קלינגט מיר נאָך איצט אין די אויערן,

איך קאָן דיר גאָרנישט אזוי ווייט דערציילן, מיין שייערע לעזערין, וויפיל עס האָט מיך געקריינקט. עס איז מיר דאָס, בּלוט פון די פיס אין פּנים אַרײינגעקומען. דו װאָלסט נאָר ועג, מיט װאָס פאַר אַ פרייד ער איז פון מיר לוין געװאָרן.

אין מיין גייער דירה האָבּ איך מיך געשעמט װי אַ גנבן נאָך אַ נס, װאָס בּיי אים דאָרט, אין דער קעשענע, איז געװען פּוסט און לער און ס'איז נישט געווען פאַר וועמען זיך צו שעמען, דאָרט איז געווען אַזױ פּוסט, װי אין א מדבּר. עס האָט מיך אפֿילו געגרוילט דאָרט צונעכטיקן! איך װאָלט דאָרט זיכער ניזק גע: װאָרן, וען עס װאָלט נישט אַריבּערהײנגען אַ קייטעלע פון אַ זייגער מיט אַ שליסעלע, װאָס אין אים האָט געשטעקט אַ קליין מזוזהלע (היינט אין עס אין מאָדע, עלעגאַנטן טראָגן שליסעלעף מיט מזוזהלעך, װאָס זיינען געמאַכט פון אַ גרויטער פאַטאָגראַפיע. זי זיינען זייער קליין און שיין. זי טראָגן עס בּיי די קעשע: נעס, כֹּדי די שדים זאָלן זיך דאָרט נישט פרוכפּערן און מערן, ווייל דאָרט איז, װי געזאָגט, אַ גרויסער מדבּר), אַהיים איז גע: קומען מיין נייער בּאַלעבּאָס האַלב שיכּורלעך און האַלב פאַר. שלאָפּן, און דאָך האָט ער זיך נאָך אָנגעטאָן א כּוח און װאָט זיך גוט צעזידלט און צעקריגט מיטן ווייבּ. נאָכדעם האָט ער זיך געלייגט שלאָפן און ערשט אויף מאָרגן אינדערפרי ואָבּן מי" זיך בּיידע דערקאָנט. דעמאָלט האָט ער זיך אַרומגעוען, אַז ער האָט זיך מיט מיר אָפּגענאַרט, װייל אין בּין קוים װערט געווען די רעשט, װאָס ער האָט פּאַר מיר אױיסגעצאָלט, און איך, ווידער, האָבּ ‏ מיך אַרומגעזען, אַז איך האָב דאָ געמאַכט אַ צרהדיקן טויש,

איך האָבּ בּאַלד איינגעזען, אַז איך האָבּ דאָ צו טאָן מיט א קבּצן א פאָדראַטשיקל. עס זיינען געקומען צו אים דרקבּנע מענטשעלען, װאָס האָבּן מיט אים לאַנג אינגעטענהט מעוח אָפּטרעט?געלט צו צען, צו צװעלעף דאָלאַר אויף אַ. הלק. עס

א אָך יי

דער רענדל

איז געווצרן קלאָר, אַז דאָס זיינע? אַזױנע מענטשלעך, װאָס קאָנען נישט מירן קיין גרויכע געצשעפּטן |

עס פאַרשטײט זיך, אַז ער איז געװען אָרעם װי טיטוס, און האָט אַלץ געאַרבעט מיטן מוח, וי אַזױ פּטור צו װערן פו מיר. אין גאָס האָט ער מיך מורא געהאַט צו לאָון, יל ער האָט געוואוסט, אַז איך װע? ווייט נישט גיין און װעל איִם דערצו גאַנץ גיק אַרײנטראָגן. אויטערדעם, נעמט מען אַלץ אויף באָרג און וי לאַנג האָט ער סך:הכל גאָר אָנגעזעצט? היינט נעם און ויז זיך אין גאַס מיט רענדלעך, לייטן אויפצורייסן די אױגן! דאָס טויג דאָך גאָרנישט. |

און אָט, װי ער שטייט אַזױ פאַרטראַכט, מיט צוגעמאַכטע אויגן און קלערט אַלץ, װאָסער לאָךְ זאָל ער פריער פאַרשטאָפּן מיט מיר און װאָסער בּעל:חוב זאָל ער פריער צומאַכן מיט מיר דעם פּיסק, איז פּלוצלונג אַרײנגעפאַלן צו אים אין שטופ עפּעס אַן ארימע יידענע מיט אַ קלאָג און מיט אַ יאָמער,

,סטייטש, -- האָט זי געשריען, -- מיינע פיס זיינען מיף שוין געשװאָלן געװאָרן, לויפנדיק צו אייך. -- אַלע טאָג-- היינט, מאָרגן, מאָרגן, היינט. מיר האָבּן קיין בּרױט נישט אין שטופּ! מין מאַן האָט שוין קיין כּוה נישט צו שרייען מיט אייער יאָמעלען, װייל ער האָט שוין פון דריי טעג נישט געגעסן".

,וויפיל קומט עס אייך ?* -- האָט ער זי געפרעגט.

,וויפיל קומט! - האָט זי געװישט די נאַסע נאָז און געשריען. -- דאַכט:זיך מיר, איר האָט באַדונגען צען דאָלאַר אַ זן און איר האָט נאָך דערװייל קיין איין גראָשן נישט געגעבן",

,נו, יידענע, הערט:אויף צ שרייען, מאַכט גישט קיין ליאָרם, -- האָט ער זיך אָנגערופן צו איר, -- הייסט אייער מאַן, ער זאָל בּעסער וערן אַ פּאָדראַטשיק, איידער צו זיין אַ מלמד, נאַט אייך אַ רענדל און גייט אייך געזונטערהייט.

און ער האָט אַרײינגעשטעקט די האַנט אין ק

ועשענע און האָט מיך אָפּגעגעפן צו איר,

א

א מ. דיק,

| מיך האָט נאָך קיין שום מענטשלעכע האַנט אַזױ פריינטלעך נישט געקוועטשט, וי די דאַרע האַנט פון דערדאָזיקער אָרעמער פרוי, און עס האָט מיך ממש געפרייט, װאָס איך בּין לסוף אַרײני געפאַלן צו איר. ערשטנס, האָבּ איך איינגעזען, אַז איך בּין דער ערשטער רענדל, װאָט זי האָט געהאַלטן אין איר האַנט. װעט די זיך באַלד נישט כאפּן, אַז איך בין, נישט פּאַר אייך געדאַכט,. בּאַשניטן. צווייטנס, װעט זי דאָך פאָרט קריגן פאַר מיר אַ פּאָר דאָלער, |

אַהיים האָט זי מיך געבּראַכט מיט אַזאַ ‏ פרייד און מיט אַואַ שמחה, אַו קיין שׁום גר אין דער װעלט װעט עס געװיס נישט זוכה זיין צו האָבּן פון מיליאָנען.

די שמחה האָט זיך נאָך בּאַנײט, װען דער מאַן איז גע קומען פון חדר. ער האָט אָנגעטאָן די בּרילן און דאָס ווייבּ האָט מיך אויסגעװויקלט פון די צען פּאַפּירעלעך, אין װעלכע זי האָט מיך איינגעװויקלט, און ער האָט מיך מיט זיין בּלאַס פּנים בּאַי טראַכט פון אַלע זייטן. |

דאַכט זיך, לאה, האָט ער זיך אָנגערופען צו איר, - אַו דאָס רענדל איז עפּעס קלענער פון אַלע יענע זעקט רענדלעך, װאָט מיר האָבּן אַמאָל געהאַט. געדיינקסט! אמת, ס'איז שון אַ צייט מיט יאָרן אַװעק, זינט מיר האָבּן זי אונזער פערען, עליה השלום, אַװעקגעגעבּן אין נרן, און וי איך געדיינק איצט, זיינען יענע געווען װי די קעלבּער, און דער איז עפּעס גאָר אַ קלייניטשקע"".

זאָגט דאָס װייבּ:

,אוי,. מיין מאַן, װאָס רעדסטו אַזױנע גאַרישקײיטן, הלואי װאָלטן מיר געהאַט כאָטש אַן אַכטל רענדלעך אַזױינע, װאָלט אונזער צירעלע באַלד' אַ כּלה געװאָרן. און װוידער, װאָס פאַר? גלייכסטו די רענדלעך פון יענע יאָרן מיט די רענדלעך פון די היינטיקע יאָרן, די פאַרצייטיקע מענטשן זיינען אויך גאָר אַנדערע געווען. געדיינקסטו די מעשה פון קאָװמס פּאַנטאָמל, װאָס איז אײנגעבּונדן מיט דער תחינה פון ראש:חודש בּענטשן ! געלױבּט און געבּענטשט איז זיין ליבּער נאָמען, װאָס איך האָבּ אים

= 10 --

דער רענדל אט נסגעפאעססתס פאפסאהס?ססװסװררורורן

אַרױסבּאַלומען פון זײינע הענט. הלואי װאָלט ער אונז דאָס איבּעריקע שנר:למוד בּאַצאָלט מיט אַזעלכע רענדלעך. איך װאָלט מי גרויס שמחה פאַרלאָרן אין זי כאָטש צו צוויי גילדן,. וײיל אַנדערש ועט ער גאָרנישט אײינצאָלן דאָס רבּי:געלט".

מיין טייערע לעזערין, איך מוז דיר זאָגן דעם אמת, אַז דידאָזיקע ווערטער, וי : מלמד, שכר:למוד, נדן און דאָסגלײכן האָבּ איך גאַנץ װײניק פאַרשטאַנען, װײל חוֹץ דעם בּאַשנײדן האָבּ איך נאָך פון יידישקייט גאָרנישט געוואוסט. דאָך האָבּ איך פּאַרשטאַנען, אַז מיין נייער אייגנטימער איז אַן ערלעכער קבּצן

אַ גאַנצע נאַכט האָט מען זיך מיט מיר געשפּילט און גע*

פרייט און מען האָט זיך אַלך מישב געװען, וי אַװי מען זאָל מיך אױסגעבּן,. דערדאָזיקער ישוב:חדעת האָט זיי צוגענומען מער צייט, װי דער ישוב:הדעת, װאָס זיי האָבּן געהאַט בּיי זייער אויסגעבן אַ טאָכטער און זיי האָבּן טאַקי מער און בּעסער אויס: געפירט מיט מיר, װי מיט איר, וייל זי האָט זיך אומגעקערט בּאַלד צוריק און איך -- שוין קיינמאָל נישט...

איך בִּין בּיי זיי געװען זײיער אַן אָנגעלײגטער גאַסט, אָבּער אויף מאָרגן האָט מיך די אָרעמע לאה אַװעקגעטראָגן צו אַ בּאַקאַגטן חלפן, זי האָט אים מיך פאָרגעשטעלט און האָט אים געבּעטן, ער זאָל מיך אויסטוישן אויף קליינגעלט. קוים אָבּער האָט מיך דער חלפן דערזען, האָט ער געמאַכט אַ זײערע מינע, אַז עס איז מיר פינסטער געװאָרן אין די אויגן. און די אָרעמע לאה איז, געבּעך, געפליבּן שטיין װי אַ פאַרמשפּטע,

דער חלפן האָט אָבּער קיין איין װאָרט נישט גערעדט און האָט מיך אַרױפּגעװאָרפן אויף א װאָג:שאָל. איך בין געווען גוט אָפּגעצערט. דאָס געװויכט איז אַראָפּ אונטן און איך בּין אױבּן אַרױף, און אַזױ וי איך בּין געװען בּיי זיך זייער געהױיבּן, אַזױ איז, נעביך, די אָרימע לאה בּיי זיך געמאַלן און האָט אַלץ גע+ קוקט מיט אירע אױגן, װי דאָס געװיכט האָט מיך איבערי געוואויגן, |

== 11

עװוער האָט עס אייך נעגעבן אזא קל שבללים ? - האָט ער זי לסוף אַ פֿרעג געטאָן".

,דאָס האָט מען מיר, בּרוך השם, אַרײנגערוקט רבּיגעלט,.- האָס זי געזאָגט, - אפרים דער ניער נגיד האָט עס מיר גע= געבּן",

;פון אים, פון אפרים דעם נייעם נגיד און דעם אַלטן קאָרטנשפּילער, האָט איר עס בּאַקומען ! פאַרשטיי איך שוין. ער אַלײן איז אויך אַ קל שבּקלים און אַזעלכע רענדלעך גוט ער אייך, מיר שיינט, אַז ער האָט גאָר קיינמאָל קיין בּעסערע נישט געהאַט. מען מוז דאָך האָבן אַ לב אָנצוגעבּן אַזאַ רענדל פאַר דריי דאָי לאַר אַן אָרעמען מלמד פאַר שכר למוד. הערט, מיין ליבּע לאה ווען איך זאָל אייך געבּן דאָס, װאָס דערדאָזיקער רענדל איד בּאמת װערט, קענט איר מער װי צװעלף גילדן נישט בּאַקומען פאַר אים, מאַך איך מיט אייך אַזאַ געשעפט: צװעלף גילדן . קריגְט איר שוין און נאָך אַכט גילדן װעל איך אייך דערליגן אין אַכט טעג אַרום. איינער האָט בּיי מיר בּאַשטעלט, איך זאָל + אים פאַרשאַפן צוויי טויזנט דוקאַטן, װאָס יעדער הונדערט פון זי זאָל װעגן אַ פונט, װייל ער בּרייכט זיי מער אויף גאָלד, װײ אויף מינצן, איך האָבּ אַפילו גאַנץ אַלטע דוקאַטן, װאָס מאַנכע גײען מער װי הונדערט אויפן פונט. אייער רענדל קאָן אויך גיין צװוישן זיי, ‏ איך װעל דערמיט קיין שאָדן נישט מאַכן נישט מיר און נישט יענעם, ווייל ער װעש מיר דאָך בֹּלאו הכי נישט צאָלן מער פּאַר די עטלעכע שווערערע דוקאַטן",

די אָרימע פרוי איז געװען העכסט צופרידן, איז אַװעק מיט די צוועלף גילדן אַ היים און איך האָבּ מיך אָפּגעשטעלט בי דעם חלפן. ער האָט מיך אַראָפּגענומען פון שאָל און האָט מיך אַרײנגעװאָרפן אין אַ קעסטעלע, װאו עס זינען געלעגן כּמהי . הו דערטער דוקאַטן, געזונטע און אָפּגעפרעסענע. איך בּין דאָרט גענעגן אַ גאַנצע װאָך און האָבּ דידאָזיקע צייט פאַרבּראַכט זײי= ער פריילעך, יעדערער פון אונז האָט דערציילט זיין לעבנס*

= 12 --

דער רענדל

נעשיכטע, ואו ער האָט אױסגעװאַנדערט און אויסגערייזט און װאָס ער האָט זיך אָנגעזען און אָנגעהערט.

נאָר איך װעל, נאַטירלעך, נישט גיין איבּערצילן דאָס, װאָס איך האָבּ מיך אָנגעהערט. איך קאָןְ נאָר איין זאַך זאָגן, אַז די דאָרטיקע דוקאַטן זיינען אַלע געווען האַלענדער און דעריבּער האָבּן זיי מיך זייער פריינטלעך אויפגענומען. עס האָט זײ גאָרנישט געאַרט, װאָס איך בִין געיידישט און האָבּן זיך מים מיר בּאַגאַנגען װי בּרידער. עס האָט זיי גאָרנישט אויסגעמאַכט, צי איך ליג אויבּן און זיי אונטן, צי זיי אונטן און איך אױגּן איך בּין אָבּער אַלעמאָל געלעגן פון אױבּן, ווייל מיין נייער באַ= לעבּאָס האָט מיר תּמיד געװאָלט האָבּן אין אויג, כּדי פּטור צו ווערן פון מיר בּיי דער ערשטער בּעסטער געלעגנהייט.

אין אַכט טעג אַרום זיינען מיר הונדערטערוויין איינגע: פּאַקט געװאָרן אין פּאַפּירן און דאַן האָט מען מיך אַרײנגעזעצט צװוישן צוויי געזונטע און דיקע קערלען און זי האָבּן מיך געײ טרייסט און צוגענעבּן מוט,

,שרעק זיך נישט, - האָבּן זי געזאָגט, - מיר ועלן דיף דורכפירן דורך אַלע סכּנות. טייל זיך נאָר נישט אָפּ פון אונז, וועסטו גלייך מיט אונז אַדורכמאַשירן די וועלט",

און אַזױ איז אויך געווען. מען האָט אונז דאָרט הונדערײ טערווייז געוואויגן און בּאַלד ווידער אײנגעפּאַקט אין ראָלן, און אַ דיקער מאַן האָט אונזערע בּרידער אַװעקגעשלעפּט מיט זיך גאַנצע צוויד טויזנט שטיק. |

ער האָט אונז געבּראַכט אַהים און פאַרשלאָסן אין אַן אייזערנעס קאַסטן, מיט פינף רינגען און צען שלענער,

יאָרגלאַנג, זיינען מיר דאָרט געלעגן, און האָבּן פאַר דעף צייט גישט געוואוסט, װאָס עס טוט זיך אויף דער װײיסער וועלט, מיר האָבּן נישט געוואוסט, ער איז אונזער בּאַלעבאָס. מיר האָבֹּן בּלויז געוואוסט, אַז ער איז רייך, און ווייטער גאָרנישט. פון לאַנגװײליקײיט זיינען מיר שיעור נישט משוגע געװאָרן. טײילמאָפּ

- 124 =

אר מ. דיק

-פלעגט אונז אויסווייזן, אַז אונזער מינצנדור איז שון לאַנג סקאַסירט געװאָרן, און אַז גאָלד אַליין האָט שוין גאָר קיין װערט נישט. איז דאָך געווען אַמאָל אַ צייט, װי עס דערציילן אונזערע זקנים, אַז אַ שטיק בּרויט האָט געהאַט מער װערט פאַר אַ שטיק גאָלר, |

קורץ גערעדט, מיר האָבּן געלעבּט אין אַזאַ פינסטערניש :און שטילקייט, אַז מיר האָבּן לחלוטין פאַרלאָרן דעם חשבון פון דער צייט. אַ סך פון די אונזעריקע האָבּן גערעכנט, אַז מיף ויצן שוין דאָ אַ יאָר צען, אַ טייל, װידער, האָבּן געמיינט, 44 מיר זיצן נאָכמער. אַנדערע האָבּן געזאָגט, אַז מיר זיצן נישט מער װי אַ יאָר זעקס. יעדער האָט געבּראַכט זיינע ראיות און זיינע בּאַװײיזן, און דער דוקאַטן:עולם האָט זיך שטאַרק געאַם? פּערט איבּער דעם, אױסגעלאָזן האָט זיך אָבּער אַזױ, אַן קיינער האָט נִישְט געטראָפן, ווייל אין רעכטן מיטן קלערן און שפּאַרן זיך האָט מען פּלוצים אויפגעמאַכט דעם קאַסטן..

איר קאָנט זיך גאָרנישט פּאָרשטעלן, װי אַזו דער עוֹלם האָט זיך דערפרייט. מיר האָבּן געמיינט, אַו מיר װוערן שוין פּטור פון דער תּפיסה און װעלן װידעראַמאָל אַרומשפּאַצירן איבּער דער ליכטיקער װועלט, ליידער אָבּער אין אונזער תפיסה געעפנט געװאָרן נישט דערויף, צו בּאַפרײיען אונז, נאָר אַרײינצזעצן נייע אַרעסטאַנטן, דער דיקער הער האָט אַרײינגעלײגט נאָך צען פּעק: לעך דוקאַטן און האָט דעם קאַסטן װידער צוגעהאַקט. דאָך האָבּן | מיר געהאַט גענוג צייט צן בּאַטראַכטן דעם דיקן הער, |

ער האָט זיך שטאַרק געעלטערט פאַר דער, צייט. דעמאָלט, בּעת ער האָט אונז אַרײנגעפּאַקט אין תּפיסה, האָט ער געהאַט אַ קליין ‏ שװאַרץ בערדל און אַצינד היינגט אים אַ גרויסע גרויע בּאָרד אויף דער בּרוסט. ויפיל:זשע זיצן מיר פאָרט! אודאי אַ יאָר צװאַנציק !

ס'האָט זיך ווידער אָנגעהױיבּן אַ הייטער וכּוח צװישן אונז, וויפיל צייט בּאַדאַרף אַװעקנעמען, אַז פון א שװאַרצער בּאָרד זאָל ווערן אַ גרויע בּאָרד. עס זיינען געװען פאַרשידענע מיינונגען.

= 14

דער רענדל

עמעץ האָט זיך אַפּילו אָנגערופן, אַז די פאַרװאַנדלונג פון אַ שװאַר? צער באָרד אין אַ ווייסער, איז נאָך גאָרנישט קיין ראיה פון צייט, ערשטנס, קען זיין, האָט דער דיקער מאַן שױן געהאַט אַ גרויע באָרד צום ערשטן מאָל, נאָר ער האָט זי אָפּגעשװאַרצט, ווייל היינטיקע צייטן פאַרבּט מען בּערד, וי ווייט עס לאָזט זיך; צווייטנס, קען אַמאָל אַ שווערע מינוט פאַרװאַנדלען פון יונג אין אַלט. בּשעת איך בּין געווען אין נאָרװעגיע, איז אַ יונגער פייגל: כאַפּער, װאָס האָט אַרױיפגעקלעטערט אוֹיף אַ היכן פעלו, ‏ אויפצענעמען אין די נעטטן די טייערע פעדערן, פּלוצלונג אַראָפּ געפאַלן. אינמיטן פאַלן אָבּער האָט ער זיך פאַרטשעפּעט מיטן בּגד אָן אַ דאָרן און אין געבליבן היינגען אין דער לופטן. דעמאָלט האָבּן אים די אַנדערע יעגער מציל געווען דאָס לעבּן דורך דער הילף פון אַ שטריק מיט אַ קאָרבּ,

פונם פעלן איז אָבּער אַראָפּ נישט קיין יונגער פייגלכאַפּער, װי ער איז עס געווען, בשעת ער איז אַרױף אויפן פעלו, נאָר אַן אַלטער מאַן, ווייל ער איז אין דער קליינער, אָבּער העכסט שרעקלעכער מינוט גרוי געװאָרן. נו, קען געמאָלט זיין אַז אונזער דיקער הער האָט אפשר אויך איבערגעלעגט א גרויסן פּחד און איז מיטאַמאָל גרו? געװאָרן, .. די גרויקייט, אַלואָ, קאָן נישט דינען פאַר א ראיה, אַז עס איז אַװעק אַ סך צייט,

דערהערט אָבּער פון װאָס מיר אַמפּערן זיך דאָ, האָבּן אונזערע נייע חברים זיך הויך צעלאַכט,

|;װאָס טויגן אייך די וכּוחים, -- האָבּן זיי געואָנט, - פרעגט אונז, װעלן מיר אייך גלייך קלאָר מאַכן, ואו איר זייט אין דער וועלט, מיר בּאַדאַרפן מיט אייך גאָרנישט צו ריידן, גיט נאָר אַ קוק אויף אונזער דאַטע, װעט איר בּאַלד װיסן, מיר זיינען ערשט היי:יאָר געמינצט געװאָרן".

דער דוקאַטן=עולם האָט באַלד בּאַטאַפּט די ציפער פון אזנזערע נייע חברים, עס איז געשטאַנען אַ יאָר: 1780, וויפיל צייט זיצן מיר שוין ? אַך, עס נעמט דורך אַ שרעק! נישט צען און נישט צוואנציק, װי דער עוֹלם האָט אויפגעויון מיט גרויס

= 15 --

א. מ.. דיק.

בּקיאות, נאָר גאַנצע 30 יאָר ! גאַנצע 30 יאָר! וייל אַרעסטירט ויינען מיר געװאָרן אין יאָר 1750. די האָר האָבן זיך אונך אויפגעהױיבּן פון פאַרדרוס און צאָרן. דאָס איז אַ בּיסל אַ רציח פונם דיקן הער צו האַלטן אונז אײינגעשפּאַרט אַזופיל יאָרן.

בּיי אַ פרייער בּאַהאַנדלונג האָבן מיר דאָך געקאָנט אַ סף נוצלעך זיין פאַר אים און פאַר דער װעלט. עס קאָן אָבֹּער זיין, אַז ער האָט זיך געשראָקן צו װייון זיך מיט אונז אין דעף וועלט וי אַ פּנויה, דאָס הייסט, װי אַ פרוי, װאָס האָט קיינמאָל נישט חתונה געהאַט, קאָן זיך נישט וייון מיט אַ קינד, װאָס זי האָט געבּוירן מן הצד. װער וייסט װאָס דאָ אין}

| = אין עטלעכע טעג אַרום, נאָכדעם װי מען האָט אונז גֶע=

בּראַכט די נייע אַרעסטאַנטן, האָבּן מיר פּלוצלונג דערהערט אַ גרויס גערודער מיט אַ געװיין און בּאֲלד ‏ דערויף האָט זיך ‏ דערהערט אַ שעפּטשערײי אין דעם צימער, ואו מיר זיינעך געזעסן.

איינער פון די אונזעריקע האָט געזאָגט:

,ברידער, הערט, װאָס איך װעל אייך זאָגן, מיר איז שוין נישט דאָס ערשטע מאָל צו זיין אַ תּפוס. יאָרנלאַנג בּין איך געזעסן בּיי פאַרשײידענע מענטשן אין דער ועלט, און האָבּ שוין די פּראַקטיק, אַז קוים בּרעכט אויס אַזאַ גערודער אין אַ שטובּ, איז עס אַ סימן, אַז דער בּאַלעבּאָס האָט אויף אייבּיק צוגעמאַכט די אויגן, . . רבּותי, איר זאָלט וויסן, אַז מיר װעלן לאַנג ניש. זיצן. מיר װועלן אינגיכן בּאַפרײט װערן".

און אַזױ איז עס טאַקע געװען. אונזער בּאַלעבּאָס איד געשטאָרבּן און דער מת איז אָפּגעלעגן נאַנצע דריי טעג, װײל מען האָט נישט געקאָנט דורכקומען מיט די יורשים וועגן קבורה. געלט, מיט אַ נאַכט פריער פאָר דער קבורה, האָבּן דריי יונגע+ לייט אויפנעעפנט דעם קאַסטן. דאָס זיינען געװען די יורשים! זי האָבּן געציילט נאָר יענע סומעס און פּאַפּירן, װאָס זיינען דאָרט געלעגן נאָך פריער פאַר אונז. נאָכדעם האָבֹּן זי אס"

=- 16 =

דער רענדל

געקלויבּן אַלע קראַנקע מטבּעות און קלים, צװאַמען פּיי אַ דרי טויזנט דאָלאַר אוֹן אַװעקגעגעבּן זיי אויף קבורה:געלט,

עס פאַרשטייט זיך, אַז איך בּין געווען די ערשטע כּפּרה. ! אויף צעמאָרגנס אינדערפרי האָט מען אונז אַװעקגעטראָגן צום גרויסן נבּאי, און דאָרטן האָט מען אונז בלויז געציילט און נישט געוואויגן, מען האָט גענומען װי עס גייט, וייל מען האָט נישט עװאָלט מער איינרייסן מיט די יורשים. זיי האָבּן געהאַט אַן אַלטע מוטער מיט אַ גרויסער כּתובּה, און אַז מען װאָלט צו שטאַרק אָנגעצױיגן די סטרונע,, װאָלט זי זיך צעריסן אין אַזאַ פאַל װאָלטן די יורשׂים זי אַװעקגעשיקט שטאַרבן צו זייערע אַ שוועסטער, ערגעץ אין א פאַרװאַרפֿן שטעטל,

גיי דעם גרויסן גבּאי האָב איך אֲפילו אויסגעזען זייער קליין, ווייל ער האָט מיך אַ פּאָר מאָל אַ וועג געטאָן אויף די פינגער, ער האָט אָבּער מיט מיר נישט געמאַכט קיין סך מחוזקות, ער האָט מיך בּלויז איינגעװיקלט אין א פּאַפּירל, צו דערקאָנען מיך שנעלער און נישט מער.

איך בּין בּיי אים אַזױ געלעגן אין ווינקל, װי א מתל אין מיינע פּרעס:ווייסע תּכריכים, נאָכמער װי מיין געשטאַרבענער באַלעבּאָס, ווייל יענער אין געלעגן בּלויז דריי טעג און איך בין געלעגן פינף טעג. אויפן זעקסטן טאָג האָט מען אונו אַלעמען טראַנספּאָרטירט צו די גבאים פון דער צדקהיגדולה, נאָר איך מיט עטלעכע װאַזשנע קלים זייגען געלעגן אין אַ באַזונדער אָפּטײילונג פונם פייטל, , , בּיינאַכט איז אויך געקומען דער גרוי סער גבּאי און מען האָט אָנגעהױבּן צו שיקן פין אונז פּאָרװײן און איינציקווייז אין די הייזער פון די געפאַלענע באַלעבּאַטים אויף קמח:פטח, האָבּן מיר זיך אָנגעהױבּן צו געזעגענען.

מיר האָבּן פאַרגאָסן טייכן טרערן. מען האָט אונן אַרײנ? געלייגט אין בּאַזונדערע קאַנװערטן צו איינעם, צו צויי, צו פיר און צוו זעקס אוֹן מען האָט אונן פֿאַנאַנדערגעטראָגן אין פאַרשײדענע הייזער, וואו מיר זייגען אויפגענומען געװאָרן שיט דער גרעסטער השיבות און כּבוד. אַבּער איף מיר, װאָס

= 17 +=

2 דיק

2

ּׂ | איך בּין געווען דער איינציקער בּיי מיין געפאַלענעם בּאַלעבּאָס, האָט מען זייער קרום אַ קוק געטאָן, הגם איך האָבּ אויך געטאָך דאָס אייגענע : איך האָבּ אויך אַ קרום געטאָן, וייל איך האָבּ דערקאָנט דעם בּאַלעאָס און איך האָבּ מיך דערמאָנט, אַז איך האָבּ אַמאָל בּיי אים איבּערגענעכטיקט אַ נאַכט.. .

דאָס איז געווען דער אייגענער אפרים דער פּאָדראַטשיק, װאָס האָט מיך אַװעקגעגעבּן צו זיין מלמד פּאַר שכר:למוד און האָט מיך דאַן אַרײנגערענכט פאַר דריי דאָלאַר מיט צַװיי גילדן, דאָס הייסט פאַר אַ פולער מטבּע, ער איז נאָך דעמאָלט געווען אַ יונגערמאַן, קוים דרייסיק יאָר אַלט און דערצו נאָך אָן אַ חתימת:זקן, ווייל ער איז געווען אַ גלוח. היינט אָבּער אי ער שוין געװען אַן אַלטער מאַן מיט אַ גרױיער באָרד און אַרומגעריסן און אַרומגעשליסן, דערצו אַ קבּצן שבּקבּצן! די גבּאים האָבּן געוואוסט, אַז ער איז נישט גאָר ערלעך און האָבּן דעריבּער מיך געשיקט צו אים. /

ער האָט זיך אַזױי געענדערט, אַז אַן אַנדערער װאָלט אים בּשום אויפן נישט דערקאָנט, און איך װאָלט אים אויך נישט דערקאָנט, ווען איך װאָלט נישט דערהערט אין שטובּ די זעלבּע קללות און דיזעלבּע זידלערייען און קריגערייען מיטן וייבּ, און דעם װיבּס ענטפער :

אפרים קאָרטנשפּילער, שכּור, קורעווניק".

איך האָבּ בּעת מעשה געטראַכט: ,גוט אַזױ, גוט אַז, װאַרף אים אין פּנים אַרײן די ערגסטע ווערטער.."

דער אויסוואורף האָט מיך אָבּער צוויי מאָל געװאָרפן אויף דער ערד, האָט געשאָלטן די גבּאים, װאָס זיי האָבּן מיך געשִיקט צו אים. ער האָט זײי גערופן גנבים, רמאים, לאַפּקע:נעמער, רוצחים, בייטלשניידער, . ,

,צו מיין האַרץ זאָלן זי קומען, - האָט ער געשריען, - איך בּין אַ מאָל געווען מער לייט פאַר זיי, נישט פאַרדייען זאָלן זי די דאָלאַרס, װאָס איך פלעג צו צאָלן אַלע יאָר פאַר ;אתּת הראתה" אין דער גרויסער שול, פֹאַר פּתיחת:ארון צו געילה.

דער רענדל

בּאָקעם זאָל זיי אַרױס מיין ספר-תורה, װאָס איך האָבּ דאָרטן אַמאָל איינגעגעבּן אין דעם ערשטן יאָר, װען איך האָבּ די פינפטויזנט דאָלאַר אָפּגענומען פּאַר דער פּרעטענזיע, װאָט איך האָבּ געהאַט בּיי קאַזנאַ. אָבּער נישקשה, איך בִין נאָך נישט אינגאַנצן פאַרלאָרן, איך װעל נאָך לערנען מיט זיי בֹּלֶק, זי וועלן וויסן, אַז אפרים דער נייער נגיד לעבּט נאָך",

אַזױ גייט עס אין דער וועלט, מיין טייערע לעזערין. דער גרעסטער הולטאי, דער גרעסטער אויסוואורף ויל בּאַהאַנדלט ווערן פון דעם אַנדערן מיט כּבוד, ווען מען כאַפּט אַ גנב און מען גיט אים אַ פּאַטש, שרייט ער, אַז מען טאָר אים נישט שלאָגן, אַז מען זאל זיך מיט אים בּאַגײן פּאָ זאַקאָנו, הייסט דען אָבּער דאָס געזעץ, מען זאָל אויפברעכן אַ פרעמדע טיר?

צוויי מאָל האָט ער מיך געװאָרפן אויף דער ערד, צויי מאָל אָבּער אויפגעהויבּן און האָט נאָך געזאָגט :

,נישט דערלעבן זאָלן זיי, אַז איך זאָל דערפון מאַכן פּסח. איך װעל אים בּעסער פאַרשפּילן אין קאָרטן . .

נאָכדעם האָט ער מיך גענומען אין דער האַנט אַרין און איז אַװעק מיט מיר אין אַן אומבּאַקאַנטער שטובּ. איך האָבּ דאָרטן געפונען א פּאַנדע קאָרטנשפּילער, יידן און קריסטן. אַלע זיינען געווען בּלאַס און אויפגערענט און פאַרקומערט, אייניקע פון זיי האָבּן שוין געהאַט רויטע נעזער פון צופיל טרינקען, און האָבּן אויסגעזען אינם רויך פון די ציגאַרן, װי די נאַכט:רוחות. אַ גאַנצע נאַכט האָט מען זיך געמוטשעט בּיי די קאָרטן,

איצט איז געווען פרייטיק נאָך האַלבּן טאָג, קוים בּין איך אַרײין מיט מיין בּאַלעבּאָס אין שטובּ, איז די געזעלשאַפט גאָר אויפגעלעבט געװאָרן, ‏ ווייל װי אָרעם אפרים איז נישט געווען, האָבֹן זיי אים געקאָנט פאַר אַ גוטן קונד, און מען האָט זיך געזעצ: פון דאָסנײ שפּילן אין קאָרטן װי עס געהער צו זיין.

מיין בּאַלעבּאָס האָט מיך װוידער אַרױסגעשטעלט אויף דעם ערשטן פייער און היינט איז אים גראָד געגאַנגען, ער האָט בי זיי אָפּגעדאַצעט אַ דאָלאַר דרייטיק און איינער פון זיי, װאָס?

= יי -

א. מ, דיק.

איז געװען קורץ אין געלט, האָט אים פאַרשפּילט אויך אַ לאָטערײ:צעטל, דאָס שפּיל האָט זיך פאַרצױיגן איבּער ליכט: בּענטשן, און אַרום צוועלף בּיינאַכט האָט מען זיך שוין אָנגעהױבּן פּאַנאַנדערצוגיין.

איך האָבּ זיך שוין געפונען בּיי אַן אַנדערן אין די הענט, אָבּער יענער האָט נישט אָפּגעלאָזט מיין בּאַלעבּאָס, ער זאָל אים בּאַצאָלן פאַר מיר צוואנציק גילדן און זאָל מיך צונעמען צוריק. -מיין בּאַלעבּאָס האָט זיך נישט געלאָזט לאַנג בעטן און האָט :מיך גענומען,

געקומען אַ היים, האָט ער שוין געפונען די ליכט אויס: געלאָשן,. עס האָט מער נישט געבּרענט װי אַ גאַכטליכט, הייל זיין װײיבּ איז געווען אַ גרויסע חולנית, אַ בּתמות. האָט ער שטילערהייט אָפּגעדאַװנט, קדוש געמאַכט, אָפּגעגעסן און האָט דער ווייבּ קיין מעשיות נישט דערציילט. אויף מאָרגן האָט מען :אים אָנגעזאָגט נישט מער און נישט װייניקער, אַז זיין צעטל האָט געוואונען צוויי טויזנט דאָלאַר. נו, איז זיין פרייד. געווען זייער גרויס. נאָך שבּת האָט ער ערשט אָפּגענומען דאָס געלט: זעקס הונדערט דוקאַטן אין גאָלד,. איצט איז מיר שוין נישט געווען אַזױ טרויעריק בּיי אים אין שטובּ. כ'האָבּ שוין געהאַט אַ פיינע געזעלשאַפט, בּפרט אַז צוישן זיי האָבּן זיך געפונען אַ צען שטיקלעך כּמעט מיין גלייכן, | |

מיר האָבּן געהאַלטן בּיי אים יום=טוב, און בּאַלד נאָך פסח האָט ער אונז סאָרטירט און האָט אונזערע עלף קלים אָדער גע: מלטע חברה:לייט אָפּגעלײגט בּאַװנדער,

;גענוג, -- האָט ער געזאָגט, -- איך וויל שוין גאָט נאָב אַמאָל נישט פּרובן, איך שפּיל שוין נישט מער אין קאָרטן. מיט די פונפהונדערט:ניינציק גוטע דוקאַטן װעל איך גיין אויף טאָר: געס און די איבּריקע עלף זאָלן ליגן, איך װעל זי מסתּמא אינגיכן געבּרויכן, איך מיין, אַז מיין שטיק צרה, די וייבּ, װעט שוין לאַנג נישט אָנהאַלטן, זי װעט מסתּמא אינגיכן אויסהױכן די נשמה, די גבּאים װעל איך צאָלן מיט דערזעלגער מנבּצָה,

דער רענדל

מיט וועלכער זיי הנכּן מי געצאָלט. איך װעל זיי אַװעקגעבּן די צען רענדלעף קלים, און זייער רענדל, װאָס זיי האָבּן מיר גע: שיקט, מוז געציילט ווערן צום ערשטן".

אָבּער אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט; דער פּסוק זאָגט: ,רבּות מחשבות בלב איש ועצת ה' היא תקום', עס הײיסט, דער מענטש, װאָס האָט אַ קראַנקע פרוי, האָט זיכער טויזנטער רעיונות וועגן טוי זנטערליי שידוכים און גאָט מאַכט דוקא, אַז דאָס װייבּ זאָל גאָר ווערן געזונט און אויפשטיין, און אַזױ איז טאַקע גע? ווען, טאָג אויף טאָג האָט ער זיך געריכט, אַז אָט:אָט װעט זי צומאַכן די אויגן, אָבּער זי װערט גאָר בעסער: זי װערט גע זונט, עס איז בּכלל אַ נאַרישקײט צו רעכענען אױיף אַ וייבּס קראַנקהײט, אויף איר טויט. דערדאָזיקער שוטה האָט גאָר פאַר. געסן, אַז אַ יידענע האָט טױזנט נשמות, און לעבּט ביו דער לעצטער מינוט, װאָס זי שטאַרט. אַ שפּריכװאָרט זאָגט: ,דרי זאַכן מעג מען אַ יידענע גלױבּן, אַז זי זאָגט אמת. ערשטנס, ווען דער מאַן רופט זי עסן און זי זאָגט, אַן זי האָט שוין גע* געסן, ווייל זי שטייט דאָך טאַקע בּיים טעפּל און בּיים שיסל; צווייטנס, ווען זי רופט איר אייגן קינד ממזר, מעג מען עס אויך גלייבּן, און, דריטנס, װען זי זאָגט בּיי יציאת נשמה, אַז זי איז נישט געזונט אָדער זי האָט זיך געקלאָגט אוֹן שטאַרבּט טאַקע בּאַלד דערויף".

קורץ דערפון, אַ גאַנץ זומער איז זי אַלץ געװען קרוב למקח. אַמאָל האָט זי זיך פּלוצלונג פאַרבּעסערט, אַמאָל פלעגט זי זאָגן, אט זי שטאַרבּט, און אַמאָל, װידער, האָט זי זיך אַזֹי גוט געפילט, אַז זי האָט אַפּילו געשמועסט פון מאָדע:זאַכן. מען האָט אָבּער כּשום אויפן נישט געקאַנט װיסן, צי זי װעט לעבּן די זי װעט שטאַרבּן. |

אין דעם טאָג, װאָס זי האָט געאַרבּעט מיט די זייטן אן מיטן האַרץ, פלעגט ער שוין אויסגרייזלען די פּיאות און דאָס היטל איז אים געזעסן אויפן האַלבּן קאָפּ, און אין דעם טאָג, ווען זי האָט אויסגעוויזן בעטער, איז ער געגאַנגען, װי אַ בּאַגראָבּע:.

= 1

א. מ. דיק,

נער, דעם קאָפּ אַראָפּגעלאָזן, דאָס היטל איבּער די אויגן, דער. דאָזיקער פּראָצעס האָט זיך אַזױ געציגן אַ גאַנץ זומער, הגם ער האָט גוט פאַרדינט דעמדאָזיקן זומער, און אָט איז שוין דער חודש אֹלול. מיין בּאַלעבּאָס איז אַװעק אין דער גרויסער שול און האָט געדונגען אַ שיינע שטאָט. ראש=השנה האָט ער געקויפט אַ שאַרפע עליה, נישט פון פרומקייט און נישט פון גאוה, נאָר פּשוט צוליבּ דעם, ער זאָל האָבּן אַ געלעגנהייט אַרײנצורוקן מיך װידעראַמאָל אין די הענט פון צדקה גדולה. | ערב יום:כּפור האָט ער מיך מיט נאָך עטלעכע גלאַטע גילדנס איינגעוויקלט אין אַ פּאַפּירל, אויף וועלכן ער האָט אוים: .געשריבּן דידאָזיקע װערטער : , קיין בּעסערן בּיסן זאָלט איר אין איער גאַנצן לעבּן נישט האָבּן", און װאָט אונז אַזױ אַריפגע: לייגט צו מנחה אויף אַ טעלער.

די גבּאים האָבּן אונז בּאַלד אױסגעטאָן, איבּערגעלייענט די אויפשריפט און האָבּן מיך תּיכֹּף דערקאָנט, עס איז געװאָרן אַ גאַנצער טאַראַראַס, און די זאַך האָט זיי זײיער פאַרדראָסן זי האָבּן מיך געויזן יעדן איינעם בּאַזונדער, און דער: בּיי ‏ די אויפשריפט. יעדערער האָט איבּער מיר געשאָקלט מיטן קאָפּ, געצויגן איבּער מיר מיט די ליפּן, געקרימט דאָס גע= זיכט און זיך שטאַרקײשטאַרק געחדושט. איך בּין אַזױ פאַרשעמע געװאָרן, אַז איך האָבּ מיך פאַררויטלט בּיז איבּער די אוער אָט איז צוגעגאַנגען צום טעלער אַ רייכער שניידער, װאָס האָט בּאַצאָלט גאָר דאָס געלט פאַר הוצאות מיט הכנטות, נאָכדעם האָט ער מיך בּאַטראַכט מיט אַ האַסטיקן קוק, בּאַלד דערויף אױיסגעלאָזט אַ גריילעכן פששש און זיך אָנגערופן: ,אַזאַ יונגאַטש איז ווערט מען זאָל אים קנסנען", און איז אַװעקגעגאַנגען.

קורץ דערפון, יעדערער האָט דאָרט גערעדט ועגן מיר, װאָס דאָס האַרץ האָט אים געגלוסט און דערצו נאָך געשפּײט מיר אין פּנים אַרין, מער וי פון אַלעמען האָבּ איך דאָרט גע: ליטן פון א גאַנצער בּאַנדע בּאָדייינגען, װאָס זיינען געשטאַנען אַרום טיש. דאָס איז זייער אַ געשיקטע חברה. עפטער פלעגן זיי

דער רענדל .

בּריינגען די כּלי-קודש, װאָס זיינען געזעסן בּיי די טעלער, בִּיר און שנאַפּס און פירעשקעט. די פאָז-ייוגען פלעגן מיך אַלע װײ: לע אויפריען, אױפּגראָבּן פון אונטערן זילבערגעלט, מיט וועלכן איך בּין פאַרשטעלט. געװאָרן און פלעגן מיך דוקא אַנידערלײגן פון אױבּן און מיך װייון פֿאַר יעדן איינעם מיט דידאָזיקע ווערטער : | , ;אָט דאָס איז דער רענדל, װאָס אפרים, דער נייער נגיד, - האָט אונטערגעװאָרפן די גבּאים",

װאָס זאָל איך דיר זאָגן, מיין טייערע לעזערין, איך בִּין שיער נישט אַװעקגעפאַלן פון גרויס בּושה. זאָל זיך שוין אַזאַ ערב;יום:כּפור מער נישט אומקערן. איך האָבּ קוים דערלעבט, אַז עס זאָל שוין ווערן שפּעט. י

ווען אַלע זיינען אַװעק און די גכּאים האָבּן איבּערגעציילט דאָס געלט, האָבּן זיי מיך אָנגעטאָן צוריק אין מיין בּאַשריבּן העמדעלע און האָבּן מיך אָפּגעגעבּן דעם שמש, ער זאָל פאַר מיר קויפן אַ קהלישן אתרוג. ,עס מעג שוין זיין װי עס װיל יך, - האָבּ איך בּיי זיך געטראַכט, -- אַבּי איבּערגעקומען",

בּאַלד נאָך יום-כפור איז דער שמש אַװעק מיט מיר צוּ אַן אתרוגים-הענדלער, און הגם איך בּין געווען גאַנץ קליין, - דאָך האָט ער אײנגעהאַנדלט פאַר מיר אַ גרויסן אתרוג, װאָס איז אָצּער געווען אַזאַ חסור, וי איך, פּאַלד האָבּן אַפילו ביידע צדדים. איינגעזען, אַז ס'איז מיט אונז עפּעס גאָרנישט גלאַט. דער אתרוג= הענדלער האָט מיך געטראָגן װייזן דעם חלפן און ד'עם אתרוג האָט דער שמש געטראָגן װייזן דעם מוראה הוראה, און בּיידע האָבּן צּאַקומען אַ שלעכטע תּשובה. דאַן האָבּן ביידע צדדים קיין חרטה נישט געהאַט, יעדער צד בּאַזונדער האָט געטראַכט, אַז ער האָט דעם צווייטן צד אָפּגענאַרט.

דעם יום:טוב סוכּות האָבּ איך פאַרבּראַכט איינער אַלײן יי דעם אתרוג:הענדלער, װאָס איז געװען אַ חסיד און אַן אורה פון װאָלין, ער האָט מיך אָפּגעלײגט בּאַװנדער, װייל ער האָט

= יי א

א. מ, דיק

געהאַט בּדעו! צו פאָרן צום רבּין... דאָרט האָט ער מיך, קענטיק,. געװאָלט אַלט אַרײנשפּאַרן פאַר פּדיון=געלט,

דאָך איז מיר בּאַשערט געווען צו בּלייבּן אַ היגער. אין האָבּ מיך אָפּגעשטעלט בּיי אַ זאָנער פון קלייזל, װאָס איז דערצו יאויך געווען אַ דיין. דאָס אין אַזױי געשען: דער אתרוג:הענדלער איז געקומען אַהער מיט זיינע אתרוגים פאַר יום-כּפור, און אין מיט זיי אַרײנגעפאָרן צום גרעסטן בּעל-אכסניא, װאָס האָט גע? הייסן ר' הערצל נעכעס, דאָס אין געוען אַ פיינער ייד מיט אַ רבּנישער אויפפירונג, מיט א לאַנגן מלבּוש און אַ לאַנגער שמונה:עשרה, דאָס איזן געוען אַ מענטש מיט אַ בּויך, מיט אַ װאָגיקן קול, און אַ ווייבּ האָט ער אויך געהאַט אַ דיקע, אַן איינגעטיעטע. בּיידע זיינען געווען גרויסע בּריות, װאָס קאָנען זיך אן עצה געבן אין לעבּן, דער פעל:אכסניא איז אויך געוען אַ גרויסער בעל:נאמנות אין שטאָט און בּכלל איך דער גאַנצער אַרומיקער סביבה,

ר' הערצל נעכעס איז געווען אַ שם:דבר, צו אים פלעגט ! מען אַלעמאָל צושיקן די גרעסטע קאָמיסיעס פון נאָענט און פון ווייט. און אַלע גרעסטטע אורחים פלעגן צו אים פאַרפאָרן, פאַר= פּוצטע היינטוועלטיקע יונגעלייט, און אַפילו אַזעלכע, װאָס פלעגן | שוין קאליע מאַכן דעם מאָגן פון אַ כּשרן ביסן.. מיט אין

װאָרט, זיין אכסניא איז געװען די גרעסטע אין שטאָט.

מיין פרומער אתרוגים-סוחרל איז אויך פארפֿאָרן אַהער און האָט זיך שטאַרק בּאַנאַרישט.. ,

דער געל:אכסניא האָט געזען, אַז דער חסידל װעט דאָ - מאַכן גוטע געשעפטן מיט זיין סחורה, וייל מיט זיינע אתר גים איז ער געווען דער איינציקער אויפן מאַרק, האָט ער אַרײנגע= רופן דעם חסידל צו זיך אין צימער און האָט אים געװיזן אַ . - בּריוו, װאָס ער האָט דערהאַלטן פון אַן אַנדער אתרוגים:הענדלער, אין דעמדאָזיקן בּריוו איז אָנגעפּרעגט געװאָרן, צי עס לוינט זיך אַרײנצופאָרן אַהער אין שטאָט מיט אתרוגים. װאָרום דער סוחר פון די אתרוגים געפינט זיך נישט ווייט פון דער שטאָט, בּיי *

= 94 -

דער רעידל מייל דריי, און אויבּ עס לוינט זיך אַרײנצופאָרן, װעט ער טאַקע בּאַלד קומען מיט דער סחוףה, הסוחר שמע, דער אתרוגים?הענדלער הערט דידאָזיקע ווערף טער און עס װערט אים פינסטער אין די אױגן, שווייגט ער א וויילע און רופט זיך נאָכדעם אָן: | = שלעכט, איך בּין אומגליקלעף !* און ר' הערצל זאָגט: ;װאָס העלפט עס, מיין פריינט, איך מון דאָך ענטפערן און כ'וועל אים בּודאי הייסן קומען, וייל ער װעט פאָרדינען און איך װעל אויך פאַרדינען", | = האָט דער חסיד געזאָגט: ,מילא, אוב איר ווילט אויך עפּעס פאַרדינען, ועלן מיר שוין דורכקומען צווישן זיך... מיר װעלן נישט גיין צום רב". פרעגט ר' הערצל: ,און װאָס רעכנט איר מיר צו געבּן?" ,כ'ווייס,. אַ דאָלאַר פופציק", - ענטפערט דער חסיד, הױיבּט ר' הערצל מיט די אַקסלען און זאָגט : ,אי כּדאי, אַז איך זאָל צוליב אַזאַ נישטיקער סומע מפּסיד זיין אַן אַלטן אורח אַ סוחר, װאָס קומט צו מיר אַלע יאָר, און גיט מיר אָנשטענדיק צו פאַרדינען? ניין, כ'וויל, פע= טערשי, אַ שליש פּרנסה. גיט איר דערויף די האַנט, אין גוט, ווען נישט שרייג איך, אַז יענער זאָל קומען". | דער חסיד האָט זיך דערשראָקן און האָט אים געגֶעבַּן די האַנט און ר' הערצל, װידער, האָט געגעבן אַ האַנט, אַז ער װעט. שרייבּן, אַז יענער זאָל נישט קומען, אַזױ איז געװאָרן דער עסק, דער חסיר האָט פאַרקויפט די אתרוגים מיט גרויס פאַרדינסט, און נאָך יום:טוב האָט ער דעם בעל-אכסניא נישט געװאָלט אַרױסצאָלן זיין חלק, דער חסיד האָט זיך געטראַכט: דער בּעל, אַכסניא איז אַפילן אַ בּריה אַ ייד, אָבּער ער װעט גאָרנישט קענען מאַכן מיט מיר. ער װעט מוזן שטומען, אוב דער בריו איו גע. װצן אַ פאַלשער, הער איך אים סתּם װי די גריע קאַץ, אב

= יי יו

א. מ. דיק.

ווידער, דער בּריוו איז געווען אַן אמת, האָט ער דאָך אויך גע* האַנדלט נישט ערלעך, וייל װי שרײבּט מען דאָס אַ פאַלשע תּשובה צו אַן אורח, װאָס האָט דעם גרעסטן צוטרוי צו דיר". דערצו נאָך איז דער חסיד בֹּאַלְד געוואויר געװאָרן פון די אורחים, װאָס זיינען געקומען פון יענער געגנט, וואו דער אתרוגים-סוחר האָט זיך כּלומרשט געפונען, אַז די גאַנצע מעשה איז אַן אויסגע? טראַכטע, אַז דאָרט איז גאָרנישט געווען קיין אתרויגים:הענדלער. איז דער בּריוו, אַלזאָ, אַ פאַלשער, און אַז דער בּריוו אין אַ פאַלשער, איז שוין ממילא דער תּקיעת-כּף בּטל ומבוטל, און דער חסיד האָט דעם בעל:אכסניא אויסגעשטעלט אַ פייג. װאָס:זשע טוט דאָ ר' הערצל ? האָט ער פאַרהאַלטן דעם פּאַס און האָט דעם חסיד מתרה געווען צו בּ"ד, אָבּער נישט אין בּ"ד-שטיבּל, װייל דערדאָזיקער אָרט װאָלט זיך גאָרגישט געפּאַסט פאַר ר' הערצלען, האָט ער בּעסער דעם בּית:דין אַװעקגעזעצט בּיי זיך אין צימער. איינער פון די דיינים, װאָס איז אויך געװען אַ זאָגער אין אַ קלייזל, אַ ייד - אַ דריי:קאָפּ, אַ חריף, אַן אָפענער מוח און אַ מענטש, װאָס האָט געקאָנט נעמען לאַפּקע:געלט, האָט איינמאָל אין אָװנט, בּאַלד נאָך מעריב, געכאַפּט אַ שמועס אין קלייזל מיטן אתרוגים:הענדלער,

,איר װוייסט, ר' ירוחם,--האָט ער זיך אָנגערופן צו אים, -- איך בּין מאָרגן אייער דיין".

,אַזו, זאָלט איר געזונט זיין, -- האָט זיך דער אתרוגים? הענדלער דערפרייט, -- איך װיל אייך . טאַקי דערצילן די גאַנצע מעשה, איר זאָלט בּעסער פאַרשטיין דעם עני.

האָט דער דיין פאַרגלאָצט די אויגן און געזאָגט :

;מיט מיר, ר' ירוחם, דאַרף מען פיל נישט ריירן, איך בין שוין אין דעם ענין קלאָר. איך ווייס שוין אַפילו אַ פּסק אויך, אָגּער עס װענדט זיך, װי איר װעט טענהן פאַר מיר. װעל איך ין איער טענהן פילן אַ גוטן טעם, װי איר פאַרשטײיט אַלײן, וװועט איר בּודאי אַ גראָשן נישט דאַרפן געבּן, און װען נישט, פאַרגעסט גישט מיט וועמען איר האָט דאָ צו טאָן, מיט ר' הערצל

= 26 =

דער רענדל

נעכעס, א הינער בּאַלעבּאָס, אַ ייד - אַ בריה, אַ ייך - אַ בּעל מפורסם. איר װעט דאָ אַרױס אָן אַ העמד, איר פאַר: שטייט ? און דערמאָנט אייך טאַקע אָן דעם אַלטן גלייכווערטל : ווען מען יל נישט געבּן יעקבן, גיט מען עשיון". דער אתרו. גים:הענדלער האָט זייער גוט פאַרשטאַנען די כּונה פון דידאָזיקע ווערטער און האָט געזאָגט :

,איך ווייס אַפילו פון נאָך אַ גלייכווערטל :‏ ,איין האַנט װאַשט די אַנדערע". נו, איר האָט בּיי מיר ניין דאָלאַר אַון זייט מיר אַ גוטער פריינט. און די זכיות פון מיין טענה װעל איך שוין מאָרגן, דאָרטן, נאָך פאַרן דין:תּורה איבּערגעבן אין אייערע הענט,

אויף צומאָרגנט פאַרנאַכט זיינען דריי דיינים אַריין צו דעם בּעל-אכסניא אין צימער, דער אתרוגים:הענדלער האָט דעם זאָגער תּיכּף ומיד אַרײנגערוקט אין האַנט אַריין ניין דאָלאַר אין גאָלד, דאָס הייסט צוויי דוקאַטן מיט קליין זילפּערגעלט. ער האָט עס געמאַכט זייער געשיקט און דער זאָגער האָט עס געמאַכט נאָך געשיקטער, װי דער נותן, און האָט עס מיט דער פלינקייט פון אַ קעשענע:גנב אַריינגעשמוגלט אין קעשענע. איך מוז דיר זאָגן, מיין טייערע לעזערין, אַז איינער פון דידאָזיקע צוויי דוקאַטן בּין א יך געווען, |

איצט האָבּ איך געהאַט אַ געלעגנהייט אויסצוהערן די טענות פון פיידע צדדים און דעם פּסק:דין. איך האָבּ מיר פּשוט צוזעצט די זייטן, לאַכנדיק, אָבּער נישט דאָ איז דער אָרט צו דערציילן וועגן דעם. ערשט דאָ האָבּ איך פאַרשטאַנען דעם פּטוק, װאָס דער נביא האָט געזאָגט: ענישט איינער קלאָגט אָן דעם צווייטן פאַרן געריכט מיט רעכט, און דעריצער װערט מען נישט געמשפּט מיט רעכט". דער סוף איז געווען, אַז דער בּעל-אכסניא האָט פאָרט מוציא געווען עטלעכע צענדליק דאָלאַר פון דעם אתרוג-הענדלער, = ווייל אַנישט װאָלט דאָך גלאַט נישט געפּאַסט. אין אַזאַ פאַל װאָלט ער דאָך בּאמת אויסגעוען װי אַ פאַלשע- מענט ש, חלילה. דער אורח האָט דאָ, אַלזאָ, געכאַפּט אַ גוטע

= הק

א. מ. דיק. טי עשאי יט

פּאָרציע. מען האָט אים אויסגעשניטן די וואונד מיט נאָך אַ גע* זוגטן. שטיק פלייש דערצו, ווייל צו דעם דין-תּורה האָט זיך בּאַלד צוגעטשעפּעט אַן אַנדער דין:תורה, דער בּעליאַכסניא, װאָס איז געווען זֵייער אױיפגעבּראַכט אויפן חסיד, האָט אויפגעװיון מיט פעסטע ראיות, אַז די אתרוגים זיינען מורכּבים, װאָס זיינען על+ פּי-דין פון אַ יש-אומרים גאָר פּסול, און דער אתרוגהענדלער -האָט דערפון געוואוסט, דערהערט דאָסדאָזיקע עדות:זאָגן, האָט מען דעם אורח גוט אַרומגעצופּט, און ער האָט זיך אַרױסגע+ כאַפּט פון דאָרטן קוים מיטן לעבן.

דער זאָגער האָט מיך נאָכדעם אַװעקגעטראָגן אַ היים. איך האָב שׂוין פריער פאַרשטאַנען, אַז איך דאַרף מיך דאָרט נישט ריכטן אויף כּבוד און גדולה, און קוים האָט ער מיך אויפגעוויקלט און האָט מיך דערזען, איז ער טאַקע בּאַלד אַרײנגעפאַלן אין גרויס גרימצאָרן, און האָט מיך אַ שליידער געטאָן אויפן טיש און גע* שאָלטן און געװאָגלט דעם אתרוגים:הענדלער, ער האָט אויסגע+ שאָלטן זיין געבּיין.

,דאָס איז אַן אמתער שווינדלער און אויסגעמאַכטער גנב,-- האָט ער געטענהט צו זיךי -- עס טרעפט מיר דאָס ערשטע מאָל אין לעבּן, מען זאָל מיך אַזױ אָפּנאַרן. אַ שרעקלעכע זאַך, קיין ערלעכער מאַן איז גאָר נישטאָ אויף דער װעלט. מען טאָר פון היינט אָן קיינעם נישט גלױבּן. | :

און צומאָרגנס האָט ער שוין מרמז געווען װעגן דעם אין זיין קלייזל:דרשה און האָט דערציילט, אַז דורך עפּעס אַ מעשה האָט ער אַנטפּלעקט, וי אַזױ די גאַנצע װועלט איז געװאָרן פאַלש און שווינדלעריש, אַז מען טאָר איר גאָרנישט גלױבּן.

איך בּין דאַן געלעגן בּיי אים אין קעשענע און האָבּ בּעת מעשה געמוזט שווייגן, ווייל איך בּין געװען זיער קליין און שװאַך, און קיינער װאָלט מיך אַודאי נישט געהערט. און דאָך האָט ער מיך נישט אַרױסגעװאָרפן אין גאַס. און האָט מיך (פארבּרויכט צו אַ גוט געשעפטל. דאָס איז אַזױ געשען. זײנער אַן איידעם האָט זיך אויסגעלערנט שחיטה,. ער האָט אָבּער גע+

- 98 --

דער רענדפֿ

דאַרפט נעמען קבּלה, דאָרט אין שטאָט האָט מען זיך אָבּער נוהג געווען, אַז אַ יונגער שוחט, װאָס דאַרף נעמען קפּלה, מוד פריער געבּן קבּלה דעם, װאָס גיט קבּלו. נו, האָט מען מיךף אַװעקגעשיקט אַהין, און יענער האָט בּאַלד, ווען ער האָט מיך נאָר דערזען, גענומען שוייען און גװאַלדעװען, אָבּער פאַרפֿאַלן איך בּין אָפּנעלעגן בּיי אים שיינע עטלעכע װאָכן און װער וויײיסט, וי לאַנג איך װאָלט בּיי אים דאָרטס געפוילט, װען עס פּאַסירט נישט אַ שרעקלעכע געשיכטע. ער האָט מיך געװעסט האר צוגעלייגט צו דעם נדן, װאָס ער האָט געװאָלט געבן זייך יינגטטער טאָכטער, װאָס איז געווען שװאַרץ וי די נאַכט, גרויס וי דער יידישער גלות און אַזוֹי שטאַרק געפּאָקט, אַז איר פּנים האָט בּאמת אויסגעזען וי אַ בּית:עולם נאָך תּחית:המתים, ווען די מתים צעלויפן זיך און די קברים הלײבן אָפן, דערצר איז זי געווען אַװי אַלט, אַז די פּראָפּעסאָרן האָבּן זי געװאָלט אָפּקויפן בּיים פאָטער און אַריינשטעלן זי אין אַ מוזיי. עס איז דאָך קלאָר וי דער טנָג, אַז אַזא איינע האָט שין געקענט בּלײבּן זיצן, בּיז גאָט ואַלט שוין דארפן איבּערניצעווען די װעלט, אוך פצר דערדאָזיקער צייט װאָלט איך דאָרט געמוזט פוילן אין א טוכלע, דומפּיקן פּעקל פון אַ גרויסן קופערט,

האָט זיך אָבּער געמאַכט, אַז דידאָזיקע שװאַרצע מויד האָט אָנגעהױיבּן װוערן געלער און געלער פון טאָג-צוטאָג, הּין עס האָט זיך אַרױסגעװיזן אויף קלאָר, אַז זי האָט געלווכט. האָט מען גערופן העניע די הויכשפּרעכערקע, האָט זי איר אװועקגעפירט אין מרחץ אריין און געריבּן מיט טאַלקעס און גענאָסן איר בּליי אויפן קאָפּ. נאָכדעם האָט זי איר געהייסן, זי זאָל שטענדיק האַלטן אין האַנט אַ רענדל און קוקן אויף אים, נאָר װער פארשטייט נישט, אַז דערדאָזיקער כּבוד איז מיר איבּערגעגעבן געװאָרן. מעך האָט מיך ארויסגענומען פון מיין טוכלע תּפיסה, און מען האָט מיך אַרומגעריבּן און אַרומגעשײערט און אריינגענעבּן דער יפת: תּואר אין דער האַנט אַרײן. און זי האָט אָנגעװױבּן צו קוקן אויף מיר זייער קרום (וייל זי איז געווען קאַסאָקע), און האָט

00

א. מ. דיק.

זיך גאָרנישט געקענט אָפּקוקן פון מיר. דאָס איז אייגנטלעך גע: שען צוליבּ צוויי סיבּוֹת. ערשטנס, פלעגט זי קוקן בּלויז מיט איין אויג, און, צווייטנס, בּין איך געווען זייער קליין, לוט אַ ריכ: טיקן חשבּון, האָט זי געדאַרפט קוקן אויף מיר פיר מאָל אַזויפיל, װי אַ מענטש, װאָס קוקט מיט געזונטע צװיי אױגן אויף אַ גרויסן רענדל, אַזױ האָט זי פון מיר דאָס אױג נישט אַראָפּנע: לאָזן גאַנצע צוויי טעג. דאָך אָבּער בּין איך איר. פאַרפאַלן גע: װאָרן פון די הענט, העניע די הױכשפּרעכערקע, װאָס זי פלעגט צו איר קומען צוויי מאָל אַ טאָג, - האָט מיך צוגעלקחנט. װאָס דאָרט איז נאָכדעם געשען אין שטובּ, װיל איך נישט דער. ציילן, איך קאָן דיר נאָר איין זאַך זאָגן און אַפילו מיט שטאָלץ, אַז אין יענער שטובּ, האָט מען שטאַרק--שטאַרק געבּיינקט נאָך מיר,

איצט האָבּ איך מיך שוין געפונען אין העניעס קעשענע. דאָס איז אייגנטלעך געווען אַ פרומע יידענע װאָס פלעגט קומען. די ערשטע אין שול און אַװעקגײן די לעצטע. זי איז געװען חי ערשטע אויף אַ לויה און פלעגט דאָס רוב צייט פאַרבּריינגען אויפן בּית:עולם, וייל זי איז אויך געװען אַ קבּרנטע און האָט דערפון געלעבּט, על:פּי:רוב מאַכן די קבּרנטעס פעסער, װוי די קבּרנים. ערשטנס, העלפן זי צו וויינען און, צוייטנס, האָגן זי אַ מער געשליפן צינגל און קענען פלינקער אױספּרעסן געלט פון אַ לויה, אויסערדעם, איז העניע געווען אַ הױכשפּרעכער: קע, מיט סגולות און תּרופות און נאָך אַזעלכע געשעפטן, וי ר' שמאַיע דעם גוט:יום?טוב-בּעטערס ווייב, אוֹן צו דעם אַלעם האָט זי געהאַט דינע פלינקע פינגערלעך און פלעגט בּאַלד אַװעקראָמען אַ זאַך, װאָס איז געלעגן פון אױבּן אין א פרעמדער שטובּ.

,אַ זאַך טאָר זיך נישט אַרומװאַלגערן, - האָט זי גע* יטענהט, -- זי מוז ליגן אויף אַן אָרט", איך מוז דיר זאָגן, מיין טייערע לעזערין, אַז בּיי איר אין קעשענע בּין איך נישט לאַנג געלעגן. דורך איר בּין איך שיער פאַראזמגליקט געװאָרן, - 80 --

דער רענדל

אויף צומאָרגנס איז גראָד געשטאָרבן אַן אַלטע פרומע יידינע, זיינען געקומען אויף איר ליה אַ סך קאַליקעס, און יעדערער פון זיי האָט געװאָלט אויפן בּית-עולם, נאָך דער טהרה, זיך אויסשמירן מיט איר האַנט, װײל מען האָט עס געהאַלטן פאַר אַ סגולה, בּפרט פאַר די-יעניקע, װאָס האָבּן װאָליעס אויף די העלזער, אָדער די איינגלישע קריינק אין האַנט אָדער אין אַ פוס, אַזאַ מין בּר-מינן איז, נאַטירלעך, געווען זייער אַ גוט שטיקל טחורה פאַר די קבּרנטעס, ער טראָגט זיי אַריין מער הכנסה, װי אַ שניידערשע כּלה דעם בּדהן צום כּשר:טאַנץ, מיין העניע, זאָל געזונט זיין, איז דערבּיי געווען די קאַסירערין. ס'האָט גע: מאַכט א שיינע פּאָר גילדן, אַז איך האָבּ מיך ממש דערשטיקט אין איר קעשענע צװישן די מטבּעות, װאָס זי האָט דאָרטן אָנגעשאָטן, און פון גרויס שמחה האָט זי מיך גאָר פאַרגעסן.

דער מאַרק איז געווען אַזױ גרויס, אַז די קבורה האָט זיך פאַרצױגן בּיז שפּעט אין דער נאַכט. דער בּר=מינן אין שוין געלעגן אין קבר, מען האָט אים שוין געװאָלט בּאַדעקן מיט פרעטער, בּשעת עס איז אונטערגעלאָפן עפּעט א יידענע, װאָס האָט דערלאַנגט העניען צװיי גילדן מיט דער בקשה, אַז איין גילדן זאָל זי נעמען פאַר זיך, דעם צוייטן זאָל זי אַרײנלײגן דעם מת אין האַנט, און זאָל אים בּעטן אין איר נאָמען, אַז ער זאָל. זיך דאָרט מיען פֿאַר איר. דעם גילדן בּאַקומט דער מת פאַר אַ סימן, װאָט זאָל אים דערמאָנען אָן דערדאָזיקער בּקשה,

העניע האָט אַראָפגעלאָון בײוע גילדן אין קעשענע און האָט געװאָלט אַרױסנעמען אַ גראָשן, צו פאַרשטאָפּן מיט אים די האַנט פון מת..

צום שלים-מזל האָט זיך געמאַכט דוקא אַזױ, אַז איך האָבּ מיך אונטערגעדרייט אָנשטאָט דעם גראָשן און העניע האָט מיך אַרײג; געלייגט אין דער קאַלטער בּייניקער האַנט פונט בּר:מיגן, דערביי האָט זי גענומען שעפּטשען, דאָט הײסט געבּעטן מחילה ביים מת און געטענהט, אַז ער זאָל נישט פאַרגעסן יענע יידענע, װאָס גיט אים איצט דעם גילדן פאַר אַ סימן, בּאַלד דערויף האָט מען

= ר א

אי = זי ף 2, געט עוואנ

דעם מת צוגעדעקט מיט די בּרעטער און פאַרשאָטן מיט א בּאַ :" ערך פון הונדערש פוד... |

אָך, מיין טייערע לעזערין, װאו נעם איך װערטער, מיט וועלכע איך זאָל דיר קענען דערציילן און איבּערגעבּן, װאָס איך האָבּ אין יענעם מאָמענט איבּערגעלעבּט. קיין שום בּאַשעפעניש זאָל גישט געפּרובט וערן צו אַזאַ אומגליק, דאָס הייסט בּאַגראָבּן צו ווערן לעבּעדיקערהייט, איך האָבּ שוין געמיינט, אַז איךף בלייּ דאָרט ליגן אויף אייבּיק. נאָכמער האָט מיך אָנגעהױבּן צו שרעקן, ווען די אַלטיטשקע האָט זיך אַ בּיסל אָנגעװאַרעמט | (אין דער ערד איז זייער װאַרעם), און עס האָט איר אָנגעהױבּן צו קלאָפּן דער דופק, מען האָט זי, אַפּנים, אויך לעבּעדיקערהייס בּאַגראָבּן. פון איר מויל האָט זיך אַרױסגעריסן אַ טיפער קרעכץ.

מיין שרעק איז געװען אַװי גרױס, אַז מיר האָט זיף געדאַכט, זי װיל מיך אַרױסלאָזץ פון האַנט און אַן ר שצעפטשעט. .

אוי, װאָס האָבּן די רשעים אַרינגעלײגט אַואַ שװערע זינד אין מיין ריינער האַנט? עס פעלט מיר נישט מער, װי צר שטיין מיט אַ בּאַשניטענעם רענדל פאַרן גערעכטן משפּט..."

אויסערדעם, האָבּ איך מיך געריכט, אַז דער מלאך הדומה װעט אַ ליאַדע מינוט קומען צו דער אַלטיטשקער. איך װעל דאָ אויסזען וי אַ גנב, װאָס האָט זיך בּאַהאַלטן אונטער דער תּליה, דער מאַרך אין מיינע בּיינער האָט מיר געציטערט, אָבּער דער= דאָזיקער פּחד איז מיר בּאַלד אַנטרונען געװאָרן, ווייל איך האָבּ מיך דערמאָנט, אַז היינט איז דער חודש גיסן, און אין דע דאָזיקן חודש האָט דער מלאך קיין שליטה נישט איבּער די קבריםו

נאָכדעם וי איך בּין געלעגן אַ צען שעה אין קבר, האָבּ איך געהאָט גענוג צייט צו בּאַרעכענען מיין לאַגע. אַמאָל האָב איך זיך פּאֲקלאָגט דערויף, װאָס איך בּין געלעגן אויפן טעלער | ערב יום?כּפור. עס האָט מיך פאַרדראָסן, װואָס אפרים, דער נייער נגיד, האָט מיך אַ שלײדער געטאָן אויף דער ערד. אָךְ, װי שיין און העל זיינען געװען יענע צײטן קעגן דערדאָזיקער

, = ר טי

8 דער רענד/

שיין און העל זיינען געווען יענע צייטן קעגן. דערדאָױקער 8'נ. סטערער שעה! און וער קאָן מיך אַרױסראַטעװען פּנדאַנען! סיידן דער שופר של משיח, אָבּער װען װעט עס זיין! איך האָבּ מורא, אַז די װוערעם וועלן מיך פריער אויפפרעסן. טרויעריקער און יאָמערלעכער האָט שוין יונה נישט געקענט שרייען צו גאָט, בשעת ער איןז געלעגן אין דעם בּויך פונם פיש, דאָרטן, אין דעם טיפן אָפּגרונט פון ים.

שועתי, איך האָבּ געשריען און געשריען, און גאָט האָט מיין שטימע דערהערט, ווייל אין דערזעלבּער נאַכט האָט זיך העניע אַרומגעזען װאָס פאַר אַ שרעקלעכן טעות וי האָט געהאַט, און האָט געשיינקט דעם קבּרן אַ צוויי גילדן, עד זאָל בּײנאַכט אוים= גראָצּן דעם קבר און אַרויסנעמען מיך. קוים האָבּ איך דערהערט, אַז מען גראָבט, איז מיך תּיכֹּף געװאָרן לייכטער און העלער אויף דער נשמה. בי יעדן רירל ערך, װאָס מען האָט אַראָם: גענומען פון קבר, איז מיר צוגעקומען אַ שטיק לעבֿן און װאָס דייטלעכער איך האָב דערהערט דעם קלאַפּ פונם קברן, אֲלץ העכער און העכער בּין איך געשפּרונגען פון גליק. און אט האָט -מען פאַנאַנדערגערוקט די ברעטער און איך האָבּ דערזען די וועלט. , ,

ס'איז אַפּילן געווען שטאָקפינסטער אין דרויסן, אַבּער מיר איז געווען העל און ליכטיק, און כ'האָבּ געקאָנט דייטלעך זען העניען, װי זי שטייט דערנעבּן מיטן קבּרן און דער קברן צַע= שפּרײט זיינע פיס אויף ביידע זייטן פונם ארון, בּויגט זיך איין, עפנט אויף די רעכטע האַנט פונם מת און געפיבט מיך נישט, ווייל איך בּין, וי כ'האָב שוין פריער געזאָגט, ארױיסגעפאַלן פון דאָרט, זוכט ער אָבּער ווייטער, װכט, זוכט און געפינט מיך...

ער האָט מיך אַרײנגעלײגט צו זיך אין קעשענע און העניען האָט ער דערלאַנגט אַ גראָשן, װאָס ער .האָט כּלומרשט געפונען :אין קבר און װאָס ער האָט, נאַטירלעך, אָנגעגרײט פֿון פריער.

,גאָט אייך, -- האָט ער געזאָגט. - דאָס האָבּ איך געפונען פַּיים מת אין האַנט".

אי א 2

א. ב, דיק,

העניע, װאָס האָט דאָ גאָרנישט איינגעזען, אַז מען נאַרע זי אויס, האָט זיך שטאַרק דערפרייט. דעם קבר האָט מען בּאַלד פאַרקלאַפּט און פאַרשאָטן און בּיידע. זיינען אַװעק אַהיים - דער קבּרן צו זיך און העניע צו זיך,

װאָס בּיי העניען האָט זיך אָפּגעטאָן אויף מאָרגן אינדערפרי, קאָן איך מיר נאָר פּאָרשטעלן, אָבּער נישט דערגיילן, העניע איד -אודאי געקראָכן אויף די װענט פון רציחה. איצט וועל איך דיר, מיין טייערע לעזערין, דערציילן, װאָס דער קבּרן האָט מיט מיר געטאָן. קיין גוטס זאָל ער נישט האָבּן, דער יונגאַטש, ער האָט מיך אַרױסגענומען פון איין אומגליק און האָט מיך אַרײינגעבּראַכט אין אַ צווייטן אומגליק. די מעשה איז אַזוי געװען: דערדאָזיקער יונגאַטש האָט נישט געהאַט זיך ואו אַהינצוטאָן מיט מיר, וויילף ער האָט דאָך פּחד געהאַט פאַר העניען, טאָמער װעט זי געוואויר װוערן, אַז דער רענדל איז פאָרט בּיי אים, װאָרום װי זי האָט נישט איינגעריסן די װעלט, האָט זי דאָך טײלמאָל געהאַט אַ רעיון, אַז דעם רענדל האָט זי פאַרלאָרן און דער אַלטיטשקער האָט זי אריינגעלייגט אַ גראָשן אין האַנט. װאָס טוט דער קבּרן? נעמט ער און טראָגט מיך אַװעק אינם הויו פאַר אַנאַטאָמיע..

דאָס איז נישט יענץ הױז, װאו מען פּאַלמעסט טױיטע מענטשן, ניין, דאָרט װאָלט איך גראָד געװען אַ גוטער גאַסט און כװאָלט מיך גאָרנישט געקימערט. ער האָט מיך בּעסער אַװעקגעטראָגן און האָט מיך געבּראַכט צו. זיינעם אַ בּאַקאַנטן גאָלדשמיד,.. נישט זען זאָל מען עס, װאָס דאָרט האָט זיך אָפַ= געטאָן, אַן אמתע יאַטקע! עס זיינען געלעגן צעשניטענע דאָלאַרט, האַלבּ געשמאָלצענע דוקאַטן, צעהאַקטע לאָדאָרס, צעשמאָלצענע אימפּעריאַלן און פיל זיינען געלעגן אין אַ שאַכטל פּאַרמשפּט, נעבּעך, צו בּרענען און צו שרפען. | אַלע מטבעות זיינען געווען שטאַרק פאַרצאָגט און פאַר: זאָרגט, און האָבּן זיך שוין געריכט אַ ליאַדע מינוט געלייטערט צו װערן אין פייער. און אָט האָט מען מיך אויך אַנידערגעלײגט צווישן די פאַרמשפּטע. מיינע אויגן האָבּן אַ גאַנצן טאָג נישט גע-

= 234 -

דער רענדל

טריקנט, ווייל איך האָבּ שוין געוואוסט, אַז מיך װעט בּשום אופן נישט אויסמיידן דערדאָזיקער בּיטערער גורל.

ויהי לעת ערב, און עס איז געװען קעגן אָװנט, װען אין שטוב איז געווען שטיל אוֹן רואיק, האָט דער גאָלדשמיד אויפ: נעמאַכט דאָס שאַכטל און האָט מיך דעם ערשטן אַרױפגעלײגט אויף אַ װאָגשאָל, אָבּער קוים האָט ער אַרױפּגעװאָרפן דאָס גע+ וויכט אויף דער צווייטער שאָל, װאָבּ איך מיך אַזאַ הױבּ געטאָן אינדערהויך, אַז איך װאָלט אַודאי פאַרפלויגן אין דעם זיבּעטן הימ?, ווען דער גאָלדשמיד װאָלט מיך בּאַצייטנס נישט דער? כאַפּט. און דאָס איז דוקא געווען מיין גליק.

, יוזעף ! -- האָט ער אַ געשריי געטאָן. -- דער טויג נישט צום שמעלצן, זאָלסט אים אַרײנזעצן אין בּעכער צװישן יענע, װאָס גייען אַרום ראַנד". |

האָט מיך יענער געכאַפּט און האָט עפעס געאַרבּעט אַרום מיר בּיי אַ פּאָר שעה. אַװום עלף דעם זייגער פּײנאַכט זיינען שוין אונזערע זעקס קלים אײינגעפּאַקט געווען אין אַ גרויסן זיל: בּערנעם בּעכער. צומאָרגנס איז דערדאָזיקער בּעכער אָפּגעטראָגן געװאָרן צו אַ גרויסן גביר, װאָס האָט אים געלאָזט מאַכן און װאָס האָט דערצו געגעבּן זעקס שווערע רענדלעך. זעקס רענדלעך זיינען, נעבּעך, פאַרמשפּט געװאָרן לשרפה.

אַזױאַיום קאָז איך, מיין ליבּע לעזערין, דינען פאַר אַ בּיישפּיל, אַז מען ווערט אַמאָל אויך נצול דורך אַ חסרון,

צום ערשטן מאָל אין מיין לעבּן פּין איך זוכה געװען אַרײנצוטרעטן אין אַ גביריש הויז. מען האָט זיך מיט מיר און מיינע איבּעריקע חברים געשפּילט און געצאַצקעט און געפרייט, און גראָד יענע, װאָס האָבּן פון מיר געלאַכט, בּשעת איך בין ערב יום-כּפּור געלעגן אויף אַ טעלער, האָבּן מיך אַצינד באַ= וואונדערט און האָבּן קוים זוכה געווען, אַז איך זאָל קומען כאָטש אויף אַ וויילע צו זײַ אין די הענט.

דערווייל בּין איך אויף אַ גאַנץ גוטער שטעלע און כ'האָבּ מיך נישט, װאָס צו בּאַקלאָגן, װאָס װוייטער װעט זיין, װײיס איך

-

נישט, מען סטראַשעט אונז אַפּילו און מען זאָגט, אַז אונזער בּאַ: לעבּאָס פאַרזעצט אָפט זיינע קאַסטבאַרע חפצים, אָבּער איך פאַ": האָף, אַז מען װעט אונז בּיי דעם מלוה אויך נישט אויפעסן אין קאַשע,. איך האָבּ, אַלזאָ, דורכגעמאַכט אַ שטיקל ועלט און האָבּ איינגעזען, אַז די ערלעכקייט איז דאָ גאַנץ זעלטן, אַלט בּין איך בּיי אַ פופציק יאָר, נישט אײבּיק װעל איך, נאַטירלעך, שטעקן אין דעם בּעכער. איך װעל נאָך ווייטער אַרומװאַנדערן אין דער וועלט און דאַן װעל איך דיר דאָס איבּעריקע דערציילן. דערווייל אָדיע, מיין טייערע לעזערין, מעגסט מיט רעכט רעכענען אוֹיף דעמדאָזיקן קליינעם בּיכעלע, אָבּער האַלט עס בּלױז פאַר אַן ערשטן טייל פון מיין לעבּנס:געשיכטע, וייל איך האָף נאָך צו -שרייבּן און צו שרייבּן, װועלכער װאַנדערער קען אַזֹ גרינט? לעך און גיך דורכנעמען די װעלט, װי איך - איינער און אַ קליינער.,,

די אורחים אין דוראטשצשצק

צאַ צערקוגגן צום ערשטן מֹשָל גער-וקט אין יאָר 1872

א, ד ע ר ח זי

אין יאָר טויזנט אַכטהונדערט און דרייסיק איז ערב שבּת אינדערפרי, פּרשה בּהעלותך, אָנגעקומען אין דער שטאָט דוראַ= טשעסאָק אַ פּאַסאַזשיר מיט אַ קליין פורל און איז זיך פאַרפאָרן אין אַ בּאַזונדערן צימער פון דער גײעסטער אַכסניא אין דערדאָזיקער שטאָט, דער בּעל-אכסניא האָט אים זייער שיין אָנגענומען, האָט אִים געגעבּן אַ ברייטן שלום-עליכם און האָט אים דערבּײי געי פרעגט די געוויינלעכע יידישע פּראַגע ;

,פונװואַנען איז אַ ייך 3*

,איך בּין, -- האָט אים יענער געענטפערט, -- שטאָפּערקער חזן, ר' זונדל קרייעהאָן. איך פאָר אַרום אַצינד איכער דער מדינה, צו דאַװנען אין גרויסע קחילות. איך רעכן הינטיקן שבּת צו דאַװנען אין אייער קהילח",

דער פעל:אכסניא, װאָס איז געװען אַ ייד אַ מנגן, איז גאָר נתפּעל געװאָרן פון דידאָזיקע ווערטער, און האָט זיך אָנגע: רופן צום חזן :

,אוב אַזױ, טאָ מאַכט טאַקע נישט קיין שהיות און גייט גלייך אַריבּער צום פּרנט:חדש, ער זאָל אייך דערלױיבּן צו דאַװנען אין דער גרויסער שול. דאָ ועט איר שוין בּאַפּרידיקט װערן אויפן שענסטן אופן. אונזערע שטאָט:לײט מוזט איר װיסן, זיינען גרוי: סע בעלנים אויף נגינה און בּאַצאָלן פון דער ברייטער האַנט

= 1

א. מ. דיק, עי

יעדן חזן, װאָס וייזט זיך אין שטאָט, און בּפרט אייך, װאָס איר זייט אַ שם דבר. װאָרום װער האָט עס נישט געהערט פון ר' זונדל דעם שטאָפּעױקער חזן.*

פאַקומען אַזאַ מין ענטפער פון בעל-אַכטניא, האָט זיך דער חזן שיין אָנגעטאָן און איז זיך אַװעק צום פּרנט=חדש. קוים אָבּער איז ער אַרױס פון דער אַכסגיא און האָט זיך אַ ויז געטאָן אין גאָס, איז געװאָרן אַ קאָך אין שטאָט, אַז עס איז געקומען אַ חון אָדער אַ בּעל:דרשן, און ער האָט זיך נאָכגעפרעגט בי אַ פּאָר מענטשן און בּיי אַ שניידער :

;ווְאו וואוינט דאָ איער פּרנט:חדש זי

און דערצו נאָך מיט אַ פאַרצױגענעם לשון,

און װייל קיינעם פון די, שטאָטלײיט האָט זיך נישט גע װאָלט בלייבּן אַ לאַנגע צייט אָן די טשיקאַװע ידיעות וועגן דעמ? דאָזיקן אויסטערלישן גאַסט, האָט זיך דער עולם אַ שאָט געטאָן צו דער אַכטניא?) נאָך ידיעוֹת. אָבּער נאָך איידער דער בּעל: אַכטניא האָט געוויזן צו ענטפערן דעם נייגיריקן עולם, איז דערווייל אָנגעפאָרן אַ וועגל מיט אַ צווייטן אורה, װאָס האָט זיך אָפּגע. שטעלט אויך נעבן דער אייגענער אכטניא. דערדאָזיקער אורה אָט. אויסגעזען זייער חשוב, הויך און רונד געװאַקסן, דאָס גע: זיכט פול און רוט װי די זון פאַר איר אונטערגיין, מיט גרויער, לאַנגער בּאָר, אין אַ מאַנטל מיט גרייטע אַרבּל, אין קיילעכדיקן היטל, מיט אַ גאַרטל אונטערן נאָפּל און מיט גרויסן ראָרשטעקן אין דער האַנט.

דערזען אַזאַ אורח, איז דער בּעל:אכטניא אַרױס אים אַקעגן | און האָט אים אָפּנעשטעקט שלום. האָט דער אורה געבּעטן, אַז

6אן שֵָלר שײן

") דאָסזעלבּע, װאָס אַ בּצרוץ אין אין אַ האַפּנשטאָט, איז אַן אַכסניא און אַ קליין שטעטל. זי איז שטענדיק פיל און פּאַק פון שטאָטישע לײדיקגײער, שדכנים, משרתים, שמשים, איבּאָרשטשיקעס, דאָזאָרעס, אַ קאַטפּעטשקע שכּורלעך, היינט גלאָט קרעמער:יונגען, אָפּצצהיטן אַן אורך אָדער אַ פּריץ, װאָס דאַרף עפעט

קויפן, און אַ מיינגע מעקלער פון פורן, װאָס זיינען אויך נישט גאַנץ ניכטער,

0

די אורחים איך דוראַטשעטאָק,

ער זאָל אים נמגעבּן א באַזונדער צימער, װייל ער װיל דאָ האַלטן שבּת,

איר ועט עס בּיי מיר בּאַקומען, - האָט אים יענער גֶע* ענטפערט און האָט געהייסן זיין יונג, ער זאָל אַרײנטראָגן אין צימער דעם אורחס זאַכן - אַ שװערער סעפּעט און א היבּש קעסטל מיט גרויסע רויטע אותיות : ,ר' בּרוך בּעל-שם". דער= זען דידאָזיקע אויפשריפט, איז דער יונג פּאַלד אַרײגנעלאָפן צו דעם באַלעװאָס און האָט אים אייגגערוימט אין אויער, אַן דעף? דאָזיקער אורה איו אַ בּעל-שם,

כבּעל-שם ?! - האָט אויסגעשריען דער בעל;אַכטניאי פאַרגייסנדיק די ליפּן, -- אַזױ, זיינען נאָך פאָרט דאַ אויף גאָטס וועלט מענטשן, װאָס קאַנען ווייזן אַ שטיקל ואונדער. נו, שוט עס מיר הנאה, װאָס ער איז גראַדע צו אונז פאַרפאָרן. אזויאָרום װעט שוין מיין ריווטשע נישט בּאַדאַרפן פאָרן אין אַן עק װעלט !*

דידאָזיקע בּשורה האָט ער פּאַלד אָנגעזאָגט זיין פרוי און יענע איז אַרײנגעפאַלן אין אַזאַ שמחה, פּונקט װי זי װאָלט שוין געהאַט דעם שליסל פון די עקרות פיי זיך אִין האַנט. זי איז געווען, לא לנו, אן עקרה, זי האָט דערפאַר געמאַכט אַ ברייטן שבּת, װי פאַר א חתן, װאָס מען האָט אים אָפּנעװאַרט אויף שבּת חנוכה,

בּאַלד דערויף האָט זי אַרױפגעשיקט דעם מאַן צו אים מיט א טאַץ זעמל און קאַװע, כֹּדי זי זאָל שוין האָבּן אַ געלענן= הייט זיך צן בּאַקענען מיט איה, איידער דער גרויסער עולם װעט זים אַ שאָט טאָן צו אים,

אין שטאָט זיינען געווען גענוג יידן, װאָס דאָבֹּן געװאָלט געהאָלפן ווערן. לבד אַ טױיזנט עקרות, זיינען גלאַט געווען אַזוינע וײבּער, װאָס האָבּן נישט געקיגדלט, װײל זײי זיינען געװען עגונות און פאַרזעסענע מוידן און אַזוֹי אויך נאָך אַנדערע צרות, און היינט ווער רעדט שוין פון צרות הכּלל. דאָרט איז געװען א שלעכטער אטעסאָר, אַ דמים=צאַפּער, און װוידער האָט זיך דאָרט געלאָזט הערן אַ קלאַנג פון שקאָלעם..,

5:

== 15 ליוה

א. מ. דיק

,זע, ‏ מיין מאַן, - האָט אַ זאָג געטאָן דאָס װייבּ צום על-אַכטניא, -- זיי דו בּיי אים בּעסער דער ערשטער, איידער דער לעצטער, אפשר קאָנען מיר שוין פון אים געהאָלפן װערן מען קאָן אַרױיף צו אים פּרײטאָג צו נאַכט אויך,. איך גע= דיינק, אַז מיין מוטער, זכרונה לברכה, איז געװאָרן מעבּרת מיט מיר נאָר דורך דעם ר' פייוול פינטשעוועשער בּעל:שם",

אַרױפּגעטראָגן די זעמל מיט קאַװע, האָט דער אורח גע? זאָגט : 0 ,און צו װאָס האָט איר אייך געדאַרפט נאָך אַליין מטריח זיין ! איר האָט דאָך א יונג", ‏ / |

= שאָ, רבי, - האָט זיך דער בּעל:אַכסניא אָפּגערופן, -

מיינט נישט, אַז איך ווייס נישט, װער איר זייט, און מיינט נישט. אַז איך ווייס נישט, וי גרויס איז די מצוה משמש צו זיין אַלין אַזאַ אורח הנון, װי איער כּבוד איז"

,און װער בּין איך עס אַזאַ. איינער, װאָס איר רופט מיך רבּי? -- האָט דער אורח געפרעגט, | ,אָ, - מאַכט דער בּעל:אכסניא, -- גוטער וויין שמעקט שוין פון ווייטן, איר זייט דער בּעל=שם, ,ר' בּרוך",

;אַ פּלא! -- האָט זיך דער אורח געחדושט. -- עס איז זיך נישט אױסצובּאַהאַלטן פון דער וועלט ! נאָר בּיי אַלעם דעם האָט איר אַ גוטן חוש, אַז איר קענט אַזױ ווייט דערשמעקן אַ ריח"

,איך װעל אייך זאָגן דעם אמת, דער הונגעריקער דער= שמעקט אַ גוטן מאכל גיכער וי דער זאַטער,. נישט פאַר אייך געדאַכט, מיר זיינען חשוכי בּנים,.,,* | דערהערט דידאָזיקע ווערטער, האָט זיך דער אורה אָנ" גערופן : | | ,הייסט עס,, אַז דער בּורא, בּרוך הוא, שיקט צו דעם שפּינער זיין פּלאַקס און דעם טרינקער זיין וויין, הערט, ר' ייד, איך זאָג אייך פאָרויס, אַז די מניעה אין נישט פון אייך, נאָר פון איער ווייב,*.

די אורחים אין דוראַטשעסאָק.

בּיי דידאָזיקע ווערטער, איז דער בּעל:אכסניא געבּליבן שטיין,. װי פאַרשטײנערט. דער אורח האָט אים דוקא צוגעטראָפן. נַאָך מיט אַ יאָר פינף צוריק האָט זיינע אַ דינסט דערלעבּט פון אים א יאַטל, איז ער איצט געװאָרן טױט און רוט און האָט זיך נישט דערװעגט צו קוקן דעם בעל-שם-טוב אין פּנים אַרײן, דער בעל שם אָבּער האָט אויסנעפּוצט אויף אים די אױגן און האָט זיך אַזױ טיף אַרײנגעקוקט אין אים, פּונקט װי ער װאָלט דאָרט אַנטפּלעקט דאָס אַלץ, װאָס איז געלעגן פאַרבּאָרגן אין די טיפסטע פאַלבּן פון דעם בּעל:אכסניאס גשמה. -

דער בּעל:אכסניא האָט שוין נישט געקאָנט שטיין אויף די פיס, און ער װאָלט זיכער אומגעפאַלן, װען דאָס װאָלט גע* דויערט נאָך אַ פּאָר מינוט. ער װאָלט אומגעפאַלן צו דעם אורחס פיס און װאָלט זיך פאַר אים מתודה געווען אין זיין גרויסן חטא און בּעטן בּיי אים אַ תּיקון.

צום גליק אָבּער האָט זיך געעפנט די טיר, און די בּעל* אכסניאטע איז אַרײן מיט אַ טעצל, אויף וועלכן עס איז געשטאַס נען אַ פלעשל שנאַפּס מיט צובּייסונג. זי האָט זיך אָנגערופן צום מאַן: | ;זעסט, לעמל, אַז פון איילעניש קומט קיין גוטס נישט רוס -- דו האָסט דאָך פאַרגעסן מיטצונעמען שנאַפּט,"

ריווטשע, די בעל:אכסניאטע איז אַלט געווען אַ יאָר רריי: סיק, זי איז געווען אַ שיינע געזונטע פרוי, מיט פייערדיקע אויגן, װאָס האָבּן נאָך געקאָנט דערװאַרעמען אַ קאַלט האַרץ.

דער אורח איז אַ ביסל אויפגערודערט געװאָרן .. ער האָט אפילו געהאַט זייער אַ פרום פּנים, אָבּער דאָס איז געוען א מענטש אַ בּעל:תּאוה. ער האָט זיך קײנמאָל נישט אָפּגעזאָגט פון קיין שום תּענוג אין דער װעלט, און אז רירטשע אי אַרײן, האָט ער שוין געוואוסט צו פאַרװוענדן זיין בּליק אויף עפעס בּעסערס, איידער צו קוקן אױף דעם נאַרישן פּנים פון ר' לעמלען. און בּשעת זי האָט געװאָלט אַװעקגײן, האָט ער איר אַ וואונק געטאָן, אַז זי זאָל נאָך פאַרבּלײיבּן אַ װיילע. מער

א יי יי

א. מ, דיק.

וי דאָס האט זי זיך אייגנטלעך נישט געוואונטשן און ,. איז געי גּליבֹּן שטיין בּיי דעד טיר מיט גרויסדרך ארץ, װי אַמאָל שונמית פּאַר אלישען, מיט אַראָפּגעלאָזענע אױגן.

עגוט, װאָס איר זייט אַרויפגעקומען ‏ - האָט ער זיך ; נגערופן צו איר, - אַנישט, װאָלט איך געמוזט שיקן נאָך אייך. איך האָב אייך װאָס צו פרעגן. מן הֹסתּם מוט איר דאָך שוין יויסן, װער איך בּין. ווען איך װעל מיך דערוויסן, װאָס ‏ איער מבוקש איז, װעלן מיר שוין פאַרשטיין אײינאַנדער,"

א, רבּי, זאָלט איר אַװי נחת זע - האָט זי אַרױסגע: פּלאַצט. -- װאָס רעדט איר ,פאַרשטײן". מען דאַרף גאָרנישט קיין גרויסע חכמות דערצו, אונזער מבוקש איז בּלױז, אַז איר זאָלט אונז מזכּה זיין מיט אַ קינד, און פאַרשטיין װעלן מיר צּודאי אויך, וי אייך צו בּאַפּרידיקן, וייל מיר זיינען ב"ה, אומשטאַנד עס צו סאָן." |

אלזאָ, זאָגט+זשע מיר, -- האָט זיך דער בּעל:שם אָפּגע= רופן, -- האָט איר נאָך קיינמאָל קיין קינד נישט געהאַט!" | ריווטשע האָט געזאָגט . |

,פון דער חתונה אָן קינדל איך נישט".

און זי האָט זיך גענומען װישן די אױיגן.

;וי אַלֶּט זייט איר געװען צו דער חתונה!" - האָט ער 7 ווייטער געפרעגט,

,אַכצן השכדיקע יאָר..." |

אַכצן יאָר ! -- האָט ער זיך אָפּגערופן, ‏ שמאָטשקענדיק מיט די ליִפּן, - צו אַכצן יאָר װיגט מען שוין בּיי לײטן דאָל צווייטע קינד. פ {רזעסן, בעונותנו הרבים. אָט דאָס האָט מען פון דעם צופיל קלויבּן שדוכים". |

מיינע עלטערן האָבּן אַפִילּו נישט פיל געקליבּן, - האָט זי געזאַנט. -- אָבּער עס האָט געדויערט, ביז מען האָט מיך או'ס* געקליבּן, ווייל נישט אַלע ווילן נעמען מיידלעך, װאָס האָדעװען זיך אויס אין אכסניות, און מיינע עלטערן האָבן געהאַלטן א פריצישע אכסניא. איז מען געווען, װי פאַר אייך זאָגנדיק, גאַנץ

= 8 =

די אורחים אין דוראַטשעסאָק:-

זאַרעדט. אַ װעלט האָט דאָך צינגער". ,נו,/ לאָמיר דאָס אַװעקלײגן, - האָט דער בּעל:שם איר איבּערגעשלאָגן אין די רײך, -- זאָגט מיר, האָט איה" עפעס עקרות אין אייער משפּחה (* | אָ, זאָלט איר טאַקע נחת זען אויף אײיערע קינדער, - האָט זי זיך אָפּגערופן, - איר טרעפט טאַקע װי אַ מלאך, מיין מוטער, זכרונה לברכה, איז אַ צייט געווען אַן עקרה און װאָלט אודאי געגליגן אַן עקרה, װען נישט דער בּעל:שם ר' פייוול פּינטשעװעטשע?. פריער דער, װאָס איך טאָר אים נישט דערמאַ: נען, דערנאָך ער, דער פעל:שם, װאָס דורך זיין לאַסקע בּין איף / געגוירן געװאָרן,. מיינע אַן עלטערנאָבּע אָבּער איז געװען אַךְ שקרה און געשטאָרבּן (נישט פאַר מיר געדאַכט) אַן עקרח". דער געל:שם האָט אַ שאַקל געטאָן מיטן קאָפּ ‏ און גע+ = זאָגט ; , און פונדעסטוועגן מעגט איר זיין זיכער, אַז אין אַ יאָר אָרום װעט איר ניאַנטשען אַן אייגן קינד. איך װעל אייך געבן 8 אַ קמע און דעראו נאָך װאָס עפּעס צו טאָן. איר װעט האָבּן אַ יינגל אוּן זאָלט אים אַ נאָמען געבּן שמואל, װי אונזער מוטער חגה הי געמאָן" , לאָמיר עס נאָר דערלעבּן!-איז ריווטשע געשפּרונגען פון ממוה -- ער מעג הייסן, װי איר ווילט", דערדאָזיקער שמועס צווישן אים און איר װאָלט. אפשר גאָר קיין סוף נישט גענומען, װען דער יונג װאָלט נישט אַרױיפגץ- קומען און װאָלט דעם בּעל-אַכסניא נישט זאָגן, אַז דער חזן אידֹ זייער אַ פריילעכער געקומען צוריק פון פרנס חודש און בּעט אים, ער זאָל אַזױ גוט זיין אַראָפּקומען צו אים. דער יונג װאָט אַזױאָרום איבּערגעריסן דעמדאָזיקן װיכטיקן שמועס מיט אַ שיין ווייםל, : די בּשורה װעגן דעם חזן, אַז ער האָט אויסגעפירט פייט פּרנס חודש און אַז ער, פאַרלאַנגט, דער בעל אַכטניא זאָל אֲרוב= טערקומען צו אים, האָט אַרויפגעפירט דעם אורח אויף אַנדערע

7

א. מ. דיק.

רציונות, און אַז מאַן און ווייבּ האָבּן געװאָלט אַרױסגײן פון דעם | אורחס צימער, האָט דער אורח פאַרהאַלטן ר' לעמלען בּיי זיך אויף אַ וויילע. די בּעל-אַכסניאטע איז דערווייל אַרױס פון צימער :מיט גרויס האָפענונג, אַז זי װעט בּאַלד געהאָלפן װערן, און זי האָט זיך שוין אַזױ ווייט איינגענלויבּט אין דעם, אַז איר האָט שוין אויסגעוויזן, אַז זי פילט שוין דאָס קינד...

דער בּעל:שם האָט זיך אָנגערּופן צו ר' לעמלען :

,זאָגט, ר' לעמל, װאָס פאַר אַ חון אין דאָ, װאָס דער ייונג רופט אייך צו אים (*

,מיר האָבּן אויף היינטיקן שבּת אַ נייעם חזן אין אונזער שטאָט, -- האָט אים דער בּעל:אַכסניא געענטפערט. -- איר האָט אפשר געהערט פון אים 1 ער הייסט ר' זונדל קרייעהאָן דער שטאָפּערקער חזן,*

,אַזױ ? ! -- האָט זיך דער בּעל:שם אָפּגערופן מיט גרויס חדוש - אַזױ ?! ר' זונדל איז דאָ און װעט בּיי אייך דאַװנען! דאָס פרייט מיך זייער, עס איז דאָ װועמען צו הערן, ער אי אַ גרויסער זינגער און אַ גרויסער דאַװנער. זיינע װערטער זיינען צוקער:זיס און דערקוויקן דאָס האַרץ און די נשמה, דערצו נאָך איז ער גלאַט א שיינער ייך, אַ למדן, אַ ירא שמים, עס טרעפט גאַנץ זעלטן, אַז די אַלע מעלות זאָלן זיך בּאַהעפטן אין אַ חזן. אַזױ, אויבּ דער חזן איז בּאמת זונדל קרייעהאָן, ‏ װיל איך אייך מער נישט אויפהאַלטן דאָ. עס איז נישט שיין צו לאָזן אים װאַרטן אַזױ לאַנג אויף אייך, נו, גייט אייך צו אים, אָבּער דערציילט קיינעם נישט, אַז איך בּין ר' בּרוך בּעל:שם. מען װעט מיך נישט לאָזן לעבּן, און איך וויל מיך אויסרון איבּער שבּת".

-- , און ווען האָט איר בּדעה אַװעקצעפּאָרן ?* האָט ר' לעמל

געפרעגט,

-- ,לא יאוחר, וי זונטאָג", האָט דער אורח געענטפערט,

איר האָט געדאַרפט בּעטן מיין פרוי, זי זאָל קײנעם נישט זאָגן, איך װעל געוויס קיינעם נישט דערציילן", - האָט ר' לעמל געואָגט. |

= 8

די אורחים אין דוראַטשעסאָק,

-- ,גו, מעט איך אייך טאַקע, איר זאָלט עס אָנזאָגן אייער שרוי אין מיין נאָמען?,

איך װעל טאַקע אַזױ טאָן", - האָט אים ר' לעמל פאַר: זיכערט, -- און איז אַרוֹיס פון צימער.

אַרײין צום חזן, האָט אים שוין ר' לעמל נישט דערװויסט, דערטאַר אָבּער האָט ר' לעמלט ווייבּ זיך שוין געטענטלט מיט וויקעלעך און ווינדעלעך פאַרן קינד, װאָס דער בּעל.שט האָט איר מבטיח געווען, און בּעת מעשה דערציילט גרויס וואונדער פון דעם ר' בּרוך, װי אַזױ זי האָט מיט אים גערעדט, און וי ער האָט איר צוגעטראָפן, זי האָט גערעדט פאַר אַן עדה װײבּער, װאָס זיינען געשטאַנען אַרום איר און װאָט האָבּן זיך פאַרמערט פון מינוט צו מינוט,

עס פאַרשטייט זיך, אַז דער ר' לעמל האָט שוין נישט געקאָנט בעטן דאָס ויי, זי זאָל קיינעם נישט דערציילן פינט נעל-שם, מחמת זי האָט שוין פאַרפּױקט די גאַנצע שטאָט מיט דערדאָזיקער נייס און האָט זיך געפּאַטשט אין בּויך אַרײן, וי תמר, בּשעת זי האָט זיך בּאַקענט מיט יהודהן, און האָט גאָכאַ נאַנד געשריען :

,איך בּין מיט אַ גאון, מיט אַ גוטן יודן מעוברת !*

און עס האָט שוין דאָרט אַ גאַנצן פרײטאָג געקאַכט, וי אין אַ קעסל פון יידן און יבער װאָס זיינען געקומען ופן און בּאַשמעקען דעם חזן און דעם בּעל-שט,

און אַז דער בּעל:אַכטניאַ האָט איינגעזען, אַז עס איז שוין סיי.ווי-טיי גישט קיין סוד מיטן בעל:שט, האָט ער שוין אליין אויך נישט געשוויגען און האָט דערציילט פאַר דעם עוֹלם, װאָס האָט אים אַרומגערינגלט, וואונדער איפער וואונדער.

דאָס איז אַ געטלעכער מענטש, -- ה אָ ט ע ר געשריען,-- ער זעט נישט, װי אַלע מענטשן בּלוין דאָס אויסערלעכע, גיין, ער זעט, װאָס עס טוט זיך בּיי יענעם אין האַרצן. די פּראָבּע האָב איך אַליין געוען אויף מיר אַליין, און געלױפט און גע: דאַנקט איז זיין ליבּער נאָמען, װאָס איך בּין עס שוין איבּערגע:.

0 68

קומען !. , היינט שפּילט גלאַט די שכיאה אויף זיין געויכט. ער זעט אויס, װי אַ מלאך און האָט מיר און מיין ווייבּ צונעטראָפן אין אַזעלכע זאַכן, װאָס מיר האָבּן שוין בּאַלד גאָר פאַרגעטן אין זיי, ‏ איצט פֿאַרשטײ איך שוין גאַנץ גוט, װאָס ער האָט אָיגצַ+ קערט דאָס פּנים פון מיין ליבּהאַרציקן משרת, פון בערקען, בּשעת יענער איו אַרוֹיס צו אים אַנטקעגן, דער געטלעכער מאַן האָט דערשמעקט דאָס טרפע פון ווייטן און איצט פֿאַרשטײי איף אויך, אַז דער חזן, ר' זונדל, מוז זיין עפּעס אַ תּכשיט פון אַ יידן, ווײיל בּשעת איך האָצּ אים דערציילט, אַז ר' זונדל װעט בַּי". אונז שבּת דאַװנען, האָט עס אים זייער געפרייט, און ער האָט געזאָגט אויף אים, אַז ער איז אַ אדם כֹּשר און האָט אים זייעה מפליא געווען, ער האָט זייער געלױיבּט זיין זינגען, און האָט געזאָגט, אַז עס שיינט, וי די גרעסטע בּריליאַנטן און די קרוי= נען, װאָס די מלאכים מאַכן פון די פאַרשידענע יידישע תּפלות", / | |

עס פאַרשטייט זיך, אַז דידאָזיקע רייד האָגן געהױיבּן דעם חזן למעלה און למעלה, און קיין איינער האָט נישט געצווייפלט אין די מעלות מון חון: ערשטנס, צו װאָס זאָל דער בּעל:שם לױיבּן אומזיסט אַ חזן ; צווייטנס, ‏ װעט ער זיך דאָך נישט װעלן מאַכן פאַר אַ ליגנער, װי וייט איז דאָס גאָר צו שבּת, װעט מען דאָך הערן. מוו דאָך דער חזן טאַקע זיין אַ שיינע כֹּלי,

אין דעם בּעל:שם אָבּער האָבּן מאַנכע געצוייפלט. עס האָבּן זיך געפונען אַזױנע, װאָס האָבּן גאָרנישט געהאַלטן פון אים. | :

בּאַזונדערס איז אַרױסגעטרעטן גענן אים דעם בּעל:אַכטניאס, מלמד, װאָס האָט געלערנט מיט זיינעם אַ ברודערס אַ יינגל, וועלכן ער האָט געהאַלטן בּיי זיך פאַר ‏ אַ קדיש. דער פעל: אַכסניא האָט שון אָבּער געהאַלטן פאַר איבּעריק צו האָדעװען דאָסדאָזיכע יינג? פאַר אַ קדיש, ווייל ער האָט שוין געהאָפּט אויף אָן אייגענעם יינגל.., דאָס האָט בּאַלײידיקט דעם מלמד און עה

= 16 -

די אורחים אין דוראַטשעסאָק.

האָט געשאָטן אוימן בּעל-שם, װאָס ער האָט נאָר געקאָנט, װאָס אין קאָרט שטייט,

דעט פעל:אַנטניא װאָט עט שטאַרק פאַרדראָסן, האָט ער געגעבן אַ גוטע פצרציע דעם מלמד מיט די איבּעריקע פּאַרש* גען, װאָס האָבּן געמאַכט צו גאָרנישט דעם בעל:שס.

אַקוראַט אין דעם מאָמענט איז געקומען דער חון מ8'? יאַסע פיאותן : ער איז געווען אין מקוה, |

;א, איר זייט אונז געקומען, װי גערופ, - האָט אַ ואָג געטאָן דער בּעל:אַכטניא צום חזן. - מיר שפּאַרן זיך דאָ איבּער דעם ענין פון קבּלה און אַ בעל:שם, לאָמיר הערן, װאָט האַלט איר דערפון !*

,אָ, דאָט איז אַ קורצע שאלה, - האָט דער הו געענטי יפערט, -- װאָס ברויכט אַ לאַנגע תּשובה, און איצט איז דערויף קיין צייט נישטאָ, עס װאַרטן אויף מיר אייערע משוררים, מסדר צו זיין זיך מיט זיי, דאָך װעל איך אייך זאָגן אין קורצן, אַז מיר, לידן, מאפיניט מני מאמינים, באַדאַרפן גלויבּן, אַו אונזערע גרו* סע לייט האָבּן מיט קבלה אױיפגעטאָן גרויס} וואונדער, װי דאָס איז אַרױסצװען פון דער גמרא און פון דצם האר"י הקרוש אָבּער אויף די היינטיקע ווייס איך נישט.

,איצט בּין איך שוין אַ בּעלן צו הערן פון אייך, װאָט װעט איר זאָגט אויף ר' בּרוך געל:שם ?*

,װאָס פרעגט איר עפּעס גראַדע אויף אים ! - האָט דער חון אַ פרעג געטאָן.

;װוייל ער איז אצינד גראַדע אונזער אור ער שטײט דָ איזן בי מיר אױיבּן, ער איו טאַקי ערשט געקומעןי

אַװי? - האָט ױן דער חון אָפּגערופן, -- א"ז דער דאָזיקער רמאי געקומען אויך אַהער. און גראַדע האָט איר עס דעם מול, ער זאָל דוקא איינשטיין בּיי אײן. זײט אָבּער גוט פאָרזיכטיק, = װאָרום ער קאָן אייך מיט אייערע שמאָטלײט גוס -אָנפּייפן, וי ער האָט אָנגעפּײפֿט אַלע איבעריקע שטעטלעך. ער איז א צבויאק פון ערשטן סאָרט. ער קאָן גוט ריידן אין קכָן

11 אס

אָפּנאַרן דעם גרעסטן מענטשן, צו אַלע צוות װייוט מיר נאָף אויס, אַז ער איז אויך אַ גרויסער עם:הארץ און האָט זיך דעריי בּער טאַקע געמאַכט פּאַר אַ פעל:קבלה, יל דערדאָױקער ענין איז אַזױ וי אַ מאַנטל, װאָס פאַרדעקט אַלע פעלערן און די גרעס: טע עם:הארצות, אוי, עס פאַרדריסט מיך, װאָס איך בּין דערבּײ נישט געווען -- איך װאָלט אייך גאָר נישט געלאָזט, איר זאָלט אי אַרײננעמען אין שטובּ, אַ שאָד !*

,אָ, ר' זונדל, -- האָט דער בּעל:אַכסניא זיך אָנגערופן, - װאָלט איר אָבֹּער ויסן, װאָס ר' פרוך האָט אויף אייך גע= יאָגט, װאָלט איר עס נישט גערעדט, װאָס איר רעדט אַצינד אויף, אים, זעט איר, ער האָט אייך זייער געלויבּט. ער האָט געזאָגט, אַז איר זייט אַ גרויטער חזן, אַן אדם כֹּשר און אַ ייד-אַ למדן".

דער חזן האָט זיך צעלאַכט,

;דאָס איז גראַדע פאַר מיר אַ חסרון, װאָס אַזאַ רמאי, לױיבּט מיך, -- האָט ער געזאָגט.-- איך דאַרף נישט זיינע שבחים און זיין מבינות, אין אַ פּאָר שעה אָרום װעט איר מיך אַלין הערן, און אויף מיין לומדות קאָן אַזאַ עפיהארץ גאָר קיין מבין נישט זיין, געקומען בּין איך אָבּער בּלויז צו דאַװנען, אָבּער נישט צו פּסקענען שאלות, אַלזאָ, װאָס מאַכט עס מיר אויס, צי איר וועט מיך האַלטן פאַר אַ למױן, צי נישט. אויף זיין סחורה אָבּער קאָנט איר קיינער קיין מבין נישט זיין, דערפאַר זאָלט איר מיף גלױיבּן, ווען איר האַלט מיך יאָ פאַר אַן אדם כּשר, װי ער זאָגט אויף מיר, און היט איין פאַר אים, װי פאַר אַ משוגענעם הונט", |

נאָך דעמדאָזיקן קליינעם וכּוח איז זיך דער חון אַרין אין זיין הדר מיוחד, זיך מסדר צו זיין מיט די שטאָט:משוררים, און דער מלמד מיט די, װאָס האָבּן מיט אים געהאַלטן, האָבּן ערשט אויפגעעפענט זייערע פּיסקעס און האָבּן זיך לוסטיק געמאַכט איבּער דעם כּעל-שם און איבּער די אַלע בעלייקבּלה און האָבּן דערמיט פֿאַרשאפט פיל קרענקונג דעם בעל;אַכסניא און נאָכמעף" ‏ זיין פרוי, וס האָט זיך געריכט בּאַלד געלעגן צו װערן |

= 12 =

+=

די אורחים אין דוראַטשעסאָק-

דעדהערט, װאָס דער חון האָט געזאָגט, איז דער מלמד גע+ װאָרן בּיי זיך אַזױ תּקיף, אַז ער האָט נישט אָפּגעלאָזן דעם בעל אַכסניא און האָט דורכאויס געװאָלט, ער זאָל אים אַרופפירן צו דעב בּעל:שם, און דאָרט װעט ער אים שוין וייזן אין די אויגן, אַז ער איז אַ גרויסער עם:הארץ.

דער בעל:אַכטגיא האָט עס אים סוף - כֹּל = סוף נאָכגע=" געבן.

,גוט, קומט מיט מיר אַרױף צוֹם בעל-שם, -- האָט ער געזאָגט, -- איך װעל אייך אים פאָרשטעלן. איך װעל זאָגן אַז איר זייט מיין מלמד און איר װוילט מיט אים װאָס ריידן א" לערנצן",

צום אומגליק, איז דער מלמד געווען אַ גרויסער פּחדן. ער פלעגט לאַכן פון שדים און האָט מורא געהאַט צו שלאָפן אַלײין אין אַ צימער ; ער פלעגט לאַכן פון חלומות און פלעגט זייער אָפּט פאַסטן אַ תּענות:חלום. און דעריבּער, אַז זי זענען נאָר אַרײן צו דעם בּעל-שם אין צימער, האָבּן אָנגעהױבּן דעם מלמד צוּ ציטערן הענט און פיס.

דער בעל:שם איז בּעת מעשה געשטאַנען אָנגעטאָן אין טלית איבּערן קאָפּ, מיטן געזיכט אָפּגעקערט צו דער װאַנט און אַזױ װײט פאַרגעטערט, אַז ער האָט זי גאָרנישט באַ5 מערקט.

ער האָט זיך זייער שטאַרק געשאָקלט און האָט אַרױסגע: לאָזט פון האַלז װוילדע קולות און געשרייען, װי פון אַ געװאַל טיקער מאַשין, ער האָט פאמת אױסגעזען, װי אײינער, װאָס איז אױסגעטאָן פון זיך און פון דער וועלט, און װאַנדלט ארום אין די עולמות-עליונים, װי מען רופט עס בּיי אונז יידן ,התפשטות הגשמיות",

וויײילעווייז האָט עױ אויסגערופן זעלטעגע נעמען פון בייזע גײיסטער, פון מלאכי חבּלה.

,שווייג דו, אַרײן ! - האָט ער געשריען, -- שװייג דו. פרגוד ! אויך דו, עדיאַל, האַלט ס'מויל !*

6 ,7 ==

א. מ. דיק.

בּאַלד נאָכדעם האָט ער צוגעבּויגן דעם רעכטן אויער, אַזױ װי ער װאָלט זיך איינגעהערט, װאָס עמיץ זאָגט, און אין דער אייגענער רגע האָט ער זיך צושריען, פונקט װי ער װאָלט איי פּערגעזאָגט יענע װערטער, װאָס ער האָט געהערט: /

,דערדאָזיקער , רמאי !*

,אַ צבויאַק פון ערשטן סאָרט", |

,חיט אייך פאַר אים, וי פאַר אַ משוגענעם הונט",

,אָ, גענוג שוין מקטרג צו זיין אַ יידן, אַ למדן אָ, דה גבריאל, דו, װאָס דו האָסט פאַרשלאָסן די מיילער פון די ליבּן, אַז זי זאָלן דניאל נישט בּייסן, פּאַרשליס שוין די מיילער פון { דידאָזיקע שעטנזים ! עס זאָל כאָטש נישט ש;לן דער גאַנצער שטאָט צוליבּ דעם איינעם; גענוג, אַז ער אליין זאָל זיין די :כפרה פאַר זיי אַלעמען ! אָ, איך בּעט דיך, גבריאל, װי מיינעם אַן אַלטן בּאַקאַנטן !. , .* |

דידאָזיקע װערטער האָט דער בעלישם אַרױסגעואָגט מיט גרויס ציטערניש און פלאַטערניש און אויך מיט גרויס פאַר: געטערונג, |

דער מלמד מיטן בּעל-אַכסניא, װאָס האָבן זייער גוֹט פאַר. 'שטאַנען דעם תּוכן פון די קולות און גװאַלדן, דאָס הייסט, אַז ער האָט דאָ נאָר איבּערגערעלט די װערטער, װאָס דער חון האָט אונטן גערעדט, און דעריבּער בּייזערט ער זיך אויף די שעטנוים, װאָס זיינען אויף אים מקשרג, און בֿעט גלײיכצייטיק דעם מלאך גבריא?, אַז ער זאָל זי פאַרשליסן די מיילער און זיין א מליץ שוב פאַר דער גאַנצער שטאָט, אַז זי זאָל נישט ליידן פאַר זיין -בייז מויל, -- דער מלמד מיטן בּעל:אַכטנלא זיינען געגליבּן שטיין אין טויטער פאַרגליווערטער שרעק. ערשט איצט האָבּן זי בּחוש געזען, אַז דער בּעל-שם איז אַ נביא. װאָרום ווען ער װאָלט קיין נביא נישט געװען, טאָ פנװאַנען װאָלט ער געװאוסט װאָס דער חזן האָט אויף אים גערעדט? אויטערדעם, איז ער אויך אַ גרויסער מחותּן מיט אַלֶע מקטרנים און אויך מיטן מלאך

;גבריאל, = 14 5

די אירחים אין דוראַטשעסאָק,

קורץ דערפון, זיי זיינען געבּליבּן שטיין, וי צוגענאגלטע, זיי האָבּן געװאָלט אַנטלױפן און האָבּן נישט געקאָנט. די פיס האָבּן זיי נישט געדינט. . . | '

זיי זיינען אַזױ לאַנג געשטאַנען, בי די געטלעכע בַּאַ5 גייסטערונג פון דעם בּעל-שם איז אדיכּער און ער איז געװאָרן דערזעלבּיקער מענטש, װאָס פריער, דעמאָלט האָט ער זיך אוֹם= | געקערט צו זיי און האָט זיי זייער פריינטלעך געפרעגט, צִי זי זייגען שוין דאָ לאַנג און װאָס דאַרפן זיי צו אים,

| האָט דער בעל:אכסניא קוים אַרױסגערעדט:

,דאָס איז א מלמד און קנעלט בּיי מיר. ער לערגט מיט מיין בּרודערס אַ יינגל, װאָס אין בּיי מיר. ער האָט מיך געבּעטן, איך זאָל אים אַרײנפירן צו אייך, ער וויל אייך אָפּגעבּן שלום,*

-- ,גאַנץ שיין !* -- האָט אים דער בּעלישט געענטפערט און האָט אים אויסגעשטרעקט זיין לינקע האַנט. .

עס פאַרשטייט זיך, אַז ס'איז געװאָרן פון מלמד אַ גל של צצמות פון גרויס שרעק, אַז ער האָט שוין קיין כֹּח נישט געהאַט צו געבּן אים די האַנט. ער איז געשטאַנען װי אַ טויטער, מיט פאַרגליװוערטע הענט און פיס,

װאָס זייט איר מיר בּיידע עפּעס בּאֲאומרואיקט! - האָט ער זיי געפרעגט,

,ווייל מיר זיינען שוין דאָ מער װי אַ האַלבע שעה, - האָט זיך דער בּעל:אכסניא אָפּגערופן, -- און מיר האָבּן אונז דאָ געזען עטװאָס אַזױנס, װאָס מיר האָבּן נאָך קיינמאָל אין לעבּן נישט געזען. מיר זײנען בּיידע שיער נישט אומגעפאַלן פאַר שרעק.,,*

-- ,אַזױי, איר זייט שוין דאָ פון אַ צייט? - װאָט זיך דער בּעל:שם געחדושט. - איר האָט אודאי געהערט מיט װעמען איך האָבּ גערעדט! איר מוט מסתּמא פאַרשטײין ועגן װאָס איך האָבּ דאָ מיט זיי געשמועסט. איך זאָלט ויסן, אַז אין הימל איז אַ גרויסער רוגז אויף אייער שטאָט דערפאַר, װאָס מ'האָט גֹע- דעדט בּיי אייך אין שטוב אַזעלכע דברים אויף אַן אדם בּשׂר,

- 15 =

= 2

א. 473 דיק.

אַז עס קאָן גאָרנישט בלייבּן אומבּאַשטראָפּט. מיר געפינען עס אַפּילו אין דער גמרא און אין די מדרשים, אַז דער בּורא, בּרוך הוא, איז גיכער מוחל אויף זיין כּבוד, איידער אױיף דעם כּבוד פון זיינע הייליקע לייט, און די ערשטע כּפָּרה האָט געזאָלט זיין אייער גאַנצע שטובּ דערפאַר. אָבּער איך, װאָס איך בּין תּמיד אַ מעביר על מדותי האָבּ עס אַצינד מתקן געװען און האָבּ אויסגעפּועלט, אַז עס זאָל קיינעם נישט שאָדן, לבד דעם, װאָס האָט גערעדט אַזעלכע זלזולים אויף מיר. אמת, נישט ער אַלײן האָט גערעדט, נאָר אַנדערע אויך, און צװישן די אַנדערע --. דערדאָזיקער מלמד, װאָס שטייט פאַר מיינע אױגן. דאָך װעל איך מיך באַנוגענען מיט יענעם אַלײן, ווייל ער האָט גערעדט מער פון אַלעמען, און דערפאַר װאָס ער האָט מיך גערופן , משוגענער הונט" און האָט אויף מיר געבּילן, װי אַ הונט, װעס ער ווערן משוגע, װי אַ משונענער כּלב, און װעט בּילן װי אַ בּלב,*

מיינע לייט האָבּן קוים דערלעבּט אַראָפּצוגײן פון בּעל-שם און אין שטוב זיינען זיי אַרײן בּלייך, װי די װאַנט. דער מלמד זאָט זיך געשלאָגן ,אשמנו", װאָס ער האָט גערעדט אויף אַזאַ ציש קדוש, און דער בעל-אכסניא האָט זיך געפּאַטשט אין בּייכעלע, וי אַן עכטער תּקִיף.

ער האָט דערציילט אַלץ, װאָס זיי האָבּן זיך אָנגעזען און אָנגעהערט דאָרט, בּיי אים אױיבּן,

;וי מיינט איר פאָרט!- האָט ער זיך אָנגערופן צו די אַלע, װאָס האָבּן זיך אַרומגעשטעלט אַרום אים, -- האָט ער נישט אי" בערגערעדט יעדעס װאָרט, װאָס איז דאָ אונטן געפאַלן אויף אִים, פונקט װי ער װאָלט געווען דערבּיי! אָבּער בּיי מיר איז שן דאָס נישט קיין וואונדער, װיבּאַלד אַז ער איז אַזאַ מענטש, װאָס האָט התחברות מיט מלאכים און מיט רוחות. מיר האָבּן אים טאַקע אָנגעטראָפן, ריידנדיק מיט זיי, אָט פרעגט אייך בי דעם רבּין, זאָל ער זיך געזונט זיין, אָבּער װאָס האָט ער מיט אַ שעה פרי* . ער גערעדט וועגן דעם בּעל.שם !*

- 18 =

די אורחים אין דוראַטשעסאָק

דער מלמד, װאָס איו נעבּעך נאָך אַלץ נישט געקומען צו זיך פון גרויס אַנגסט און פּחר,האָט איצט געמוזט מודה זיין, אַו ‏ דער בעל:שם איז אַ גרויסער מענטש,

;איצט, -- האָט ער זיך אָנגערופן, - זעט מען, װי גרויס עס איז, בּעונותנו הרבּים, דער כֹּח פון לשון הרע, אַז עס דרינגט דורך די וענט, נאָך גוט, װאָס מען האָט אָנגעטראָפן אויף אַזאַ ענין, אַ נישט װאָלט שוין מער װי איינער געליטן, און איף װאָלט שוין מסתּמא געווען די ערשטע כפרה, װייל איך האָב אויך גענוג.. ,*

דידאָזיקע ווערטער האָבּן געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף די צוהערער אין שטובּ, און בּאַלד דערויף אויף אַלע איינװאוי? נער פון דער גאַנצער שטאָט, װאָרום אין אַ שעה אַרום איז שוין יעדע שטובּ געװען פול מיט דערדאָזיקער מעשה. יעדערער באַזוג: דער האָט זיך בּאַרעכנט, וואו ער האַלט אין דער װעלט מיט זייגע מעשים, און מער װי אַ האַלבּע שטאָט האָט שוין געװאָלט גיין אַרױסנעמען תּיקון בּיי אים אויף זייערע חטאים,

די שטאָט אין שוין געווען אַזױי צעטראָגן מיט אים, אַז מען װאָלט זיךף שוין גאָר פּאַרגעסן אין דעם חון, װען עס װאָלט מיט אים נישט פּאַסירט אַ מעשה, װאָס האָט נאָכמער אויפגערודערט די שטאָט, װי דער שמועס פון בּעל:שם מיט די מלאכים,

קוים האָט דער מלמד געענדיקט זיינע װערטער, איז אין שטוב אַרײנגעלאָפן זיין תּלמידל, אַ יינגל פון אַ יאָר צען און האָט דערצײילט דעם רבּין, אַו אין חדר, ואו עס שטייט אין דער חון, הערט זיך אַ בילן און סקאַװיטשן פון אַ גרויסן הונט. זאָל עס זיין, אַז ער איז זיך אַזוֹ מסדר צו זינגען אין שול !

דערהערט דידאָזיקע װערטער, האָט דער עוֹלם פֹּשׁוֹט גע- נומען גאַפּן און שטוינען,

דער בּעל:אַכסניא האָט זיך אַזױ איפּערגעשראָקן, אַז די האָר האָבּן זיך אים אויפגעשטעלט. ער האָט זיך אָנגערופן צום

א 3 ד ל ק. .טג יֵ22ֲֵ

מלמד, װאָס יענעמס פּנים איז איינגעשרומפן געװאָרן פון גרויס פּחד, וי דו אויסגעשמאַטשקעטע פייג פון ר' צרוק :

,אָט האָט איר אייך שוין אַ קלאָרע תּשובה הלואי זאָל מען מיט אים. אַלין אָפּקומען. איך מיין, אַז עס זאָל כאָטש קיין אַנדערן נישט שאָדן, ווייל מיר, יידן, זיינען דאָך אַלע מאָל ערבים וה לוה. איצט האָט איר אייך שוין אַ גוטע אָנלערנונה, וי אַזױ מען דאַרף האַלטן די צונג צװישן די צײן און נישט ריידן אויף אַצּי וועמען. און זייט וויסן, אַז איך בּין אַ מב'ן אויף אַ מענטשן. איך האָבּ אים שוין דערקענט פון דעם ערשטן . בּליק, אַז ער איז א געטלעכער מאַן".

,אָט גלויבט צעסער נישט, און ואונדערט זיך נישט דע* ריבּער, -- האָט זיך אָפּגערופן איינער,. װאָס איז פריער געווען פון דעם מלמדס צד. - מאלע װצָס אַ יינגל, אַ שײגעץ, בּאַי לעבּאָטשעט, װער ווייס, װאָס עס האָט זיך אים דאָרט געדאַכט !*

,שוין גאָר אַ נייס! געדאַכט זיך גאָר ! -- האָט זיך דער יינגל אָפּגערופן, -- איך וע אייך שוין דערציילן די געשיכטע אויף קלאָר. אין, שעפּקע דעם שוסטערס און ועלפקע דעם קאָמינאַרס האָבּן אונז פאַרטײעט אונטער דעם פענסטער פון יענעם חדר, וואו עס שטייט איין דער חזן. מיר האָבּן געװאָלט הערן, וי ער װעט זיך מסדר זיין. האָבּן מיר דערהערט, און איך אַליין האָבּ געזען דורך די שויבן, װי ער מאַכט מיט דעם מױל: ;האַװ ! האַװו ! האַװו 4 פנקט װי דעם אַסעסאָרס הונט אן דערצו האָט ער געוואיעט אַזױ שטאַרק, װי עס װאיען די הינט, (צו זייער קאָפּ און לייב און לעבן ) בּשעת עמיץ שטאַרבּט. נ, זיינען מיר צעלאָפֿן".

-- ;אָט האָט איר אייך אַ שפּיל, - האָט דער בּעל אַכסניא | = װידעראַמאָל געזאָגט. -- דער לעבּעדיקער וייס, מיט װאָס דאָס װועט זיך ענדיקן..." |

-- ,און דאָך גלויפט זיך מיר עס נישט, -- האָט זיך דער פריערדיקער אָפּגערופן. - מיר מוזן עס הערן מיט די אייגענע

= 18

יי אורחים אין דוראַטשעסאָק,

אויערן און זען מיט די אייגענע אויגן, קומט, לאָמיר צוגיין צום פענסטער פון דעם חזנס חױף !" :

ס'האָבּן זיך געפונען עטלעכע בּעלנים, װאָס האָבּן מיטגעי שלעפּט אויך דעם מלמד, און די שטאַרקערע פון זיי האָבּן זיך דערוועגט צוצוגיין צום פענסטער, זיי האָבּן זיך איינגעקוקט און האָבּן דערזען עטװאָס אַזױנס, װאָס אונזערע גוטע פריינט זאָלן עס בּעסער נישט זען!.. זי האָכֹּן אים דערוען, דאָס הײסט, דעם חזן, װי ער שטייט אינמיטן שטובּ, אויף אַלע פיר און קוקט זיך אַרום מיט בּיסטרע, רויטע אױגן, די האָר פון קאָפּ היינגען אים אַרונטער, וי פּאַטליעס, דאָס פּנים אין וילד, דאָס מויל אָפן, די צונג הייננט אַרױס, און עס גאַװערט. עפטעף קריצט ער מיט די ציין און רוקט זיך הינטערוויילעכץ אַלץ צום טיר, און אַז ער האָט זי קוים בּאַרירט מיט זיין הינטער?חלק, האָט ער בּאַלד דערויף זיך אַ שופ געטאָן צוריק און האָט אָנ: געהויבּן צו וואיען און צו בילן אַלץ העכער און העכער,. .

עט האָט נישט לאַנג געדויערט, - אוךן ער האָט אָנגעהוױבן צו שפּרינגען און צו ברעכן כּלים, און די שערבּלעך האָט עױ געטראָטן מיט די פיס און געפיסן מיט די צַיין

די גאַנצע שטאָט אין באַלד פול געװאָרן מיט דערדאָזיקער נייט. פון אַלע עקן אי מען נעקומען צו לויפן זען דעם חון און נאָכדעם האָט יעדער דערציילט אַ סך מער, װי ער האָט געזען,

איצט האָט מען שוין דעם בּעל:שם פאַרגעטערט פון מינוט צו מינוט. אין איין האַלפּ שעה צייט איז געװאָרן פון פעל:שם אַ נביא, פונם נביא -- אַ בעל:מופת, פון פעלימופת אַ געטלע: כער מאַן, פון געטלעכן מאַן - אַ מלאך, און פון מלאך א שותף צום בגורא.י.. / | |

דער עוֹלס האָט זיך אַ שאָט געטאן צום בּעל:שם, צו בֹא קומען אַ ברכה, אַ קמע אָדער אַ הּיקון אויף די עברות אָדֹעו א היילונג צו מאַנכע חלאתן ‏

= 18 --

:יי 5 דֹ ש ק.

אט יי יט

אָבּער עס איז נישט געווען אַזױ לייכט צוצוקומען צו אים, דער עולם האָט זיך געשטופּט און געשטויסן, |

תחילת האָט דער בעלישם גאָרנישט געװאָלט צולאָון צו זיך, לסוף אָבּער איז ער ווייכער געװאָרן ‏ און האָט אָנגעהױיבּן אַרײנצולאָזן אין צימער די מער חשובע בּאַלעבּאַטעם, װאָס האָבּן געקאָנט גוט בּאַצאָלן פאַר זיינס א װואָרט.

די ערשטע ברכה און די ערשטע קמע האָט בּאַקומען די בּעל-אַכטניאטע, נאָכדעם אירע גוטע פריינט, װאָס האָבּן פײן בּאַצאָלט, :

מען קאָן דאָך עפּעס נישט זיין אַזוֹי גראָבּ, אויסערדעם, האָבּן זיי זיך סתם געשראָקן פאַר אים, אין זיין חדרל האָט זי געציטערט דער פּופּיק פון דעם חונס בּילן

מער פאַר אַלעמען אָבּער האָט זיך געשראָקן דער מלמך, אים האָט זיַך שוין געדאַכט, אַז זיין שטים איז שוין עפּעס עג? לעך צו דער שטים פון אַ הונט. מיט בּיידע הענט האָט ער פאַרקוועטשט דאָס מול, ער זאָל, חלילה, נישט אָנהױבּן בילן אָדער סקאַװיטשן. ער האָט זיך אויך פעסט אָנגעהאַלטן אין זיין שטעקען, ער זאָל, װוי דער חזן, נישט פאַלן אויף אַלע פיר, אים האָט זיך אַלץ געדוכט, אַז עס ציט אים צו דער ערד. ער האָט דעריבער אָפּגעגעבּן זיין לעצטן רובּל דעם בעלישם פאַר מדיון, | | קורץ דערפון, אַ גאַנצן פרייטאָג אין געשטאַנען אַַ יריד אין דער אַכסניא. עס האָט געקאָכט און גערוישט, מען האָט גע= טראָגן געלט צו דעם בּעל:שם, װי מצה-װואַסער, בּפרט נאָך, אַז ער האָט געזאָגט, אַז דאָס געלט װעט ער אַװעקגעבּן אויף ארץ= ישראל, אַ סך יונגע װייבּלעך האָבּן אים אַװעקגעגעבּן זיערע אוירינגלעך, זייערע פינגערלעך און האָבּן געדאַנקט גאָט, אַז ער האָט עס בּיי זיי צוגענומען. זיי װאָלטן אים אֲפילו זייערע נשמות אויך אַװעקגעגעבּן, אַבּי נאָר די מאַנען צוריק צו באַקן? מען, אָדער אַ קדיש צו דערלעבּן, און בּפרט אַז דורך דער ער= שטער זאַך קאָן מען שוין ממילא אויך בּאַקומען די צווייטע זאַך.

= 0 =

די אורחים אין דוראַטשעסאָק

אַפילו אַלטע לייט, װאָס האָבּן שוין גאָרנישט געהאַט, װאָג צו פאַרלאַנגען פון אים, און אַפילו אַלטע װײבּער, װאָס האָבן שוין דריי מאָל איבּערגעניצעוועט זייערע תּכריכים, האָבֹן אים אויך אַװעקגעטראָגן זייער לעצטן פעניג, כּדי אויסצופועלן בי אים אַ לייכטע מיתה פאַר זיך אָדער אַ גוטן אָרט אויף יענער וועלט, און אַלע זיינען אַװעק פון אים העכסט צופרידן. ער האָט אַלעמען אַלדאָס גוטס מבטיח געווען,

אַ פּאָר אַלטע לייט האָט ער פאַרזיכערט, אַזו די נשמות װעלן זיי אַרױס גאָר אומגעריכטערהייט און זײיער לייבט - איינעם עסנדיק, אַ צווייטן -- שלאָפּנדיק, אוֹן דעסגלייכן, געגן אָװנט האָט מען אים אָנגעהױבּן צו שיקן משקה : מעדן, ווייגען, טאָרטן, און די אַכטניא איז געווען פול און פּאַק מיט מענטשן אַ טייל -- צו זען דעם בּעל:שם און אַ טייל - צו הערן דעם חזן, װי ער סקאַוויטשעט.,

מען איו זיך פאַרנאַנדערגעגאַנגען ערשט צו ליכט-בּענטשן עס זיינען מער נישט געבּליבּן נעבּן דעם חונס סטאַנציע הו א פּאָר צענדליק קונדסים, װאָס מען האָט זיי שוין עטלעכע מאָל אויסגעברטקירט פון רעקרוטן.

אין דוראַטשעסאָק איז אויך געוען אַ רבל, פון װעלכן דער עולם האָט שטאַרק געהאַלטן :

ער פלעגט אָפּצעשפּרעכן עין:הרעס, זייער אָפט מאַכן אַ שאלת חלום, און האָט געשפילט פיי דעם ערשטן נאַבּאָר אַ גרויסע רעָלע אין שטעטל מיט זיינע נייע סנופים און תּשובות, װאָס ער האָט אַרױסגעגעבן,

ער אין אויך געװאָרן שטאַרק מפורטם דורך זיינע סגולות אין דער ערשטער כאָלערע. ער איז געװען אַ מיטגליר פון יענעם בּית:דין, ציי וועלכן אַ טויטער מחותן האָט געהאַט אַ דין. תּורה מיט זינעם 8 געװעוענעם לעבעדיקן מחותן, פאַרװאָס יענער האָט מביש געוען זיין בּחורל, און נישט גענומען אים פאַר אַן איידעם נאָך דעם מחותנס טויט,

עס פאַרשטייט ויך, אַז אַזאַ איינער האָט בּודאי געהאַלטן

= 41 =

צ, מ. דיק, אע טעב רעוט

פון קבלה:מעשיות, פון אַ בּעל-שם און בפרט נאָך פון ר' בּרוך פּעל:שם, װאָס מען זעט דאָ פון אים וואונדער איבּער אוב" דער, | | דאָס רבל האָט זיך אויך געװאָלט זען מיט דעמדאָיקן

צדיק, אָבּער אַזױ װי ער איז געווען דער מרא דאתרא, האָט אים נישט געפּאַסט, ער זאָל פריער בּאַזוכן דעם בּעל.שם. װאָס? זשע האָט ער געטאָן? ער האָט צוגעטראַכט עפּעס אַן ענין, אַזױ, אַז דאָס רבל זאָל קענען קומן פריער צום בּעלישם, און עס זאָל אים נישט שאָדן צו זיין כּבוד. |

פרייטאָנצונאַכט, נאָך קבּלת:שבּת, האָט ער פאַררופן צו זיך די פּרנסי:חדשים פון שטאָט און האָט צו זי אַזױ געזאָגט! . | ;בּרידער, איר זאָלט װיט, אַז מיר זיינען נישט יוצא פאַר דעם , איך טאָר נישט געדיינקען', װאָס מיר שטיען פון ווייטן בּיי אַזאַ מין מעשה. דער חון איז דאָך, װי דער בעל שם האָט אַליין מעיד געווען אויף אים, אַ טײערער יד און אַ למדן דערצו. ער איז געקומען אַהער עפּעס פאַרדינען, אָבּער ער איז, נעבּעך, אַרײנגעפאַלן און האָט זיך פאַרװאַנדלט בי אייך אין אַ משוגענעם הונט. איך װעל עס אַפּילו נישט לייקענען - ער האָט עס פאַרדינט גאַנץ כּשר: מען דאַרף נישט רײדן קין נאַרישקײט, מען דאַרף נישט לאַכן פון אַזעלכע זאַכן. דאָך אָבּער איז אַ גרויס רחמנות אויף אים, ער האָט דאָך אַ װײב א קינדער, און וויפיל איז עס דער שיער צו מוטשען אים ? די ריבּער מוזן מיר אַלע גיין צו ר' בּרוך בּעל:שם, מיר װעלן אי צוזאָגן אַ שיגעם פּדיון און בּעטן אים בּכּבוד, ער זאָל פן זייגעטוועגן מתפּלל זיין, און דער אומגליקלעכער חון ואָל, לפּחות, אַרױס כּשלום פון אונזער שטאָט". -

דעם רבס װערטער האָבּן פיל:װייניק געװירקט אױף די פּרנסי:חדשים און זי זיינען צוזאַמען אַװעק צו דעם בּעל-שם. זי האָבּן אים דערוויסט בּיי זיך אין חדר, װאו ער האָט גע* דאַװנט מיט אַ מנין און האָס בּעת מעשה געאָגט ‏ שלום עליכם? מיט גרויס דבקות און התלהבותי, |

ִ 3 1

די אורחים אין דוראַטשעטאָק..

זי האָבּן זיך גענוג אָנגעװאַרט, יז ער האָט געענדיקט און געעפנט די אויגן.

דער בּעל:אַכסניא האָט זיי פּאָרגעשטעלט פאַר אים,

אָבּער מייגע טייערע לעזער, מיר װ;לן דאָ אױסמייון דעמדאָזיקן צערעמאַניאַלן שמועס צװישן דעם בּעל-שם און דעם רבל, וואו איינער האָט לויטער געחנפעט דעם צװייטן, און אַ פּשיטא שוין די תּורות, װאָס זיינען געפאַלן דערווייל צװישן זי בּיידן, װאָס נישט נאָר די פּרגסי-חדשים האָבּן נישט פאַרשטאַנען דערפון קיין איין װאָרט, ווייל מען האָט בּלויז געשמועסט קבּלה: זאַכן, נאָר אַפילו זיי אַליין האָבּן אויך גאָרנישט פאַרשטאַנעןף

די חשובע שטאָטלײט האָבּן געמאַכט אַ שמועס װעגן דעם חזן, און דער בּעל:שם האָט זיי געזאָגט:

,האַלט מיך נישט פאַר קיין נוקם ונוטר. איך האָבּ אים בּאַלד מיחל געווען זיינע רייד, װאָס ער האָט גערעדט אויף מיר, איך בּין פון מיינע לאַנגע יאָרן אַ מעביר על מדותי, און פאַר+ קערט, ווען איך װאָלט נישט מתפּלל געװען װעגן דעם, װאָלט דאָס גאַנצע שטעטל אומגעקומען, איר ווייסט דאָך, אַו מיר, יידישע קינדער, זיינען ערב איינער פאַר דעם אַנדערן, און דער חזן דאַרף מיר נאָך דאַנקען, װאָס איך האָבּ אױסגעבּעטן פאַר אִים אַ קליינע שטראָף אויף אַ קורצע צייט, נישט אָבּער, חלילה, פון נקמה ועגן, נאָר כּדי אים מתקן צו זיין, דאָס הייסט אראָפּ: נעמען פון אים דעם פלעק פון לשון?הרע. דאָס איו אייגנטלעך די כּונה פון אַלע עונשים אין גיהנום, וואו עס ליידן די רשעים נישט פאַר נקמה, חלילה, נאָר צו לייטערן זיי פון זייערע עונות, וי מען לייטערט זילבּער אין פייער, דאָס איז אַפילו אַ צו טיפער ענין, אַז מען זאָל קאָנען איצט שמועסן איבּער אים, אָבּער אין װעל אייך זאָגן אין קורצן, אַז ווען נישט איך, װאָלט אויף דעם חון נגזר געװאָרן, ער זאָל נאָך זיין טוט מגולגל װערן אין אַ כֹּלב אויף לאַנגע יאָרן,.. איך האָבּ אָבּער געבעטן פּאַר איל, װעט ער עס אָפּפּטרן מיט אַ קורצער צייט, אָבֹּער אַזױװי איר זייט שוין געקומען צו מיר, וויל איך אייך נישט אַװעקלאָזן מים

= 28 2

5

א. מ. דיק.

לײיריקע הענט. איך װעל אים, צוליב אייך, מתקן זיין, או דער זכות פון שבּת װעט מיר שוין בּיישטיין דערבּײ. דאָס װעט אים בּלויז פאַרגּעטערן,, אָבּער נישט אינגאַנצן געװװנט מאַכן גענוג װעט זיין פאַר אים, אַז ער װעט אויפהערן דערווייל צון קריכן אויף אלע פיר און צו ואיען, צו בּילן, װי אַ הונט. ריידן אָבּער װעט ער ערשט אָנהױבּן נאָך שבֹּת און זינגען װעט ער ערשט קאָנען הלואי אין אַ חודש אַרום, און דאָס איז דערפאַר, ווייל דאָרט אױיבּן איז מען בּייז אויף אים, װאָס בּשעתן דאַװנען וויל ער געפעלן מיט זיין זינגען די נשים. .. בּיי אַלעם דעם װעט ער נאָך אַ צייט לאַנג צושטאַמלען אַ בּיסל, יל ער האָט זיך זייער פיל פאַרזינדיקט מיט דער צונג, אָבּער גענוג צו ריירן, רבּותי, די ליכט װעלן בּיי אייך אויסגיין, נאַט אייך מיין טלית, שפּרײט אים אויס איבּער אים, װעט ער װערן פון אַ הונט צו= ריק אַ מענטש, און גייט אייך אַהײם בשלום", - = האָבּן זי גענומען זיין טלית און האָבן אים בּאַלד אוים.

געשפּרײט איבּער דעם חון, וי דער בּעלנשם האָט זיי געהייסן, און מען האָט שוין געזען בֹּחוֹש, װי ער ענדערט זיך און בַּע= יסערט זיך און װערט רואיקער,

אין אַ האַלבּ שעה צייט איז ער שוין געשטאַנען אויף די צוויי פיס װי אַ מענטש, און אַז מען האָט אים געשטעלט א שטול, האָט ער זיך שוין געקאָנט זעצן, הגם ער האָט זיך אָנ; געהאַלטן אָן די הענטלעך פון שטול, און אַז ער איו נאָכמער געקומען צו זיך, האָט ער אָנגעהױבּן צו פּאַרריכטן זיך די בּאָרד און פּאות און אַרומצעװישן זיך דאָס געזיכט און האָט אַפּילו געװאָלט עפּעס זאָגן, אָבּער עס גייט נישט. נאָר ער האָט שוױן געהאַט אַזויפיל שכל, אַז ער האָט זיך געקאָנט דערקלערן דורף הרמזים,

אַז ער האָט געװאָלט, מען זאָל אים געבּן אַ שנאַפּס, האָט ער זיך אַ שנעל געטאָן אין גאָרגל, עסן, - האָט ער צוגעלייגט דעם פינגער צום מויל, שלאָפן - האָט ער צוגעלייגט די האַנט צו דער בּאַק און האָט דערבּײ אַ נויג געטאָן מיטן קאָפּ

= 94

די אורח"ם אין דורראטשעסאָק.

| = קורץ דערפון, אין פאַרלױ= פון אַ פּאָר שעה איז ער גע: װאָרן אַ מענטש, וי אַלע, און עס האָט איס מער נישט געפעלט, וי דער דבּור. עס איז אים נישט געצליבּן דאָס מינדעסטע פון אַ הונט, מער נישט בּיים עסן, ויצנדיק ביים טיש צו מיטאָג, שבּת נאָכן דאַװנען איז ער איבּערגעפאלן אַלע שפּײזן, װאָס איז דערלאַנגט געװאָרן צו טיש, װי אַ הונגעריקער הונט און האָט עס אויפגעפרעסן ביז איין פּיצעלע. דערצו האָט ער נאָך צע+ בּראָכן מאַנכע כּלים אויך, מען האָט עס אַפילו בּאַלד געמאָלדן דעם בּעל:שם, אָבּער יענער האָט גאָרנישט געמאַכט דערפון,

,דאָס איז נאָר בּלויז אַ פאַרדינטער עוֹנש פּי' אים, - האָט ער געזאָגט, - ווייל ער עסש אױף התננות און בריתן נישט לשם מצוה.,.. איצט לאָוט מען דעם בעל:חוב אויפּמאָנען זיינע חובות. איר זאָלט וויסן, אַן מען פירט ויך אױבּן, װי דאָ -אונטן, אַז איינער פאַלט שוין אַרײין אין די הענט פון דער פאָ: ליציי פאַר אַ חטא, רעכנט מען זיך שוין אפ מיט אים פאַר אַלע איבעריקע חטאים?.

עס פאַרשטייט זיך, אַז דער בּעל-שם אין דורך דערדאל: קער געשיכטע זייער נתקדש געװאָרן אין שטאָט, און מען האָט אין אים שוין געגלויבּט, וי אין אַ נביא, הי אין אַ צדיק, און 8 גאַנצן שבּת צו נאַכט אין מען צו אים געגאַננען מיט פּדיונוץ, מיט געלט, מיט מתנות, און ער האָט אױסגעטײלט וייער מיל קמעות אין סגולות.

עס זיינען אויך געקומען פיל קריסטלעכע פרויען מיט געלט, מיט מתנות און וענען אַװֹעק פון אים מיט גרױס ;פלות, װאָרום ער האָט דיי אויך צוגעטראָפן און געגעבן =וטע עצות,

אויף באָרגן, דאָס הייסט, זנטאָג פשעת דער בעלישם האָט שוין געװָלט אַװעקפאָרן, האָבּן אים קחל זייער שרנטלעך גאַפּרידיקט פאַר דעם, װאָס ער האָט מגין געהען אויף זײער שטעָט, אַװי, אַן עס האָט 728 נישט געשאַדט הי דעט חון אַלײן,

)"

- א 3 ד יק,

די גרעסטע נדבה האָט ער אָבּער בּאַקומען פון דעם בעל. , אַכסניא, װאָס איז שוין איצט פאַרזיכערט געװוען מיט אַ קדיש.

דער מלמד האָט אים מחילה געבּעטן פאַר אַלע אין די אויגן,.

,איך װייס, -- האָט ער צו אים געזאָגט, - אַז איך האָב פֿאַרדינט דעמזעלבּיקן פּסק, װאָס דער חון, נאָר אייערע עניוות, אייער קדושה האָט אויף מיר מגין געווען. אַלזאָ, פון אַצינד אָן בּין איך אַ מאַמין אין קבּלה און אין בּעלי-שמות".

דער כּעל:שם האָט זיך דערבּיי געגלעט די באָרד און גע: שמייכלט און האָט אים געזאָגט פאַרן אַװעקפאָרן :

,לעונך וחטאתך תּכופּר, דיינע זינד האָבּן שוין געמיטן פון דיר און דיין חטא איז דיר שוין פאַרגעבּן געװאָרן",

אַ גרויסער עולם, יידן און װייבּער, האָבּן אים בּאַגלײט און בּיים שיידן זיך מיט אים האָבּן זי אים מבטיח געווען, אַז זי װעלן דעם חון נישט בּאַעולען און װעלן אים ביי אַלֶעם דעם בּאַצאָלן, װי ער װאָלט בי זיי געדאַװנט. לבד װאָס זײ װעלן אים בּאַצאָלן פֿאַר דעם שבּת, װעלן זי אים אויך אויס: האַלטן בּיי זיך, בּיז ער װעט אָנהױבּן צו ריידן, און דאַן װעלן זי אים אָפּשיקן אַהיים אויף זייערע הוצאות, |

און זיי האָבּן בּאמת געהאַלטן װאָרט, וייל לבר װאָס זי זיינען געװוען גרויסע מאמינים, זענען זיי אויך געװען זײיער ערלעכע לייט,

אַרום דינסטאָג, מיטװאָך האָט דער חזן אָנגעהױיבּן צו ריידן. ער האָט זיי דערציילט, אַז אַלץ, װאָס דער בעל-שם האָט אױף אים געזאָגט, איז אַן אמת, און האָט אַרױסגענומען פון דעם דאָרטיקן רב, װאָס איז אױך אַ שטיקל בקי אין דידאָזיקע זאַכן, תּיקונים און תּשובות, און איז זיך אַװעק פון דאָרט מיט. אַ רעכטן גראָבּן גראָשן.

אין אַ פּצַר װאָכן אַרום זיינען זיך געקומען צו פאָרן אַ פּאַר אורחים צום אונזער בּעל-אַכסניא. זיי האָבּן געהאַלטן שבּת בי אים, און האָבּן דערציילט דיזעלבּיקע וואונדער פון א פעל: שם מיט אַ חזן, װאָס איז געשען ערשט פאַראכטאָגן אין זייער

די אורחי. אין דיראַט? עסאָק

שטעטפ לאַכמאָץ. דאָרט האָט אויך פּאַסירט פונקט דאָס אייגענע, װאָס דאָ, און אַז ער האָט זיך ניט זיי גוט פאַנאַנדערגעשמועסט וועגן דעם, האָט זיך שוין אַרױסגעװיזן קלצָר אויפן טעלער, אַו דאָס זיינען געווען דיזעלביקע יידן, װאָס דאָ, און אַלע װאָבן בּאַלד פאַרשטאַנען דעם שוויגדל. |

עס איז איצט געװען קלאָר, אַו דער בעל:שם מיטן חון זיינען געווען טשוטע שווינדלער, און נישט דער איז אַ בּעל:שם און נישט יענער איז אַ חון, און אין שטעטל האָבּן אַלע אַראָפּגעלאָוט די נאָז פאַר חרפּה. י. '

די בּעל אַכסניאטע האָט שוין אויפגעדערט צי טראָגן, די מאַנען פון די עגונות זיינען געבּליבּן אויף זיײיערע ערטער, די קראַנקע האָבּן זיך אָנגעהױבּן צו קורירן בי דאָקטוירים, און האָבּן זיך אַפילן אָנגעהױבּן צו שעמען מיט דעם נאָמען פ'ן זייער שטאָט ,דוראַטשעסאָק*, מען האָט שוין אָנגעװענרט צו וי דאָס בּאַוואוסטע שפּריכװאָרט : ,הם נאים לשם עירם ושם עירם נאה לשמם, דאָס הייסט -- זי פּאַסטן פאַר דעם נאָמען פון דיער שטאָט, און דער נאָמען פון זייער שטאָט פּאַסט פאַר 7

נו, מיינע טייערע לעזער, ווען מיר האַלטן שוין אײנמאָל אין לאַכן פון דער שטאָט דוראַטשעסאָק װעלן מיר שין אויך, פאַרבײיגײענדיק, א לאַך טאָן פון כעלם, װאָס ליגט טאַקע נישט ווייט פון דאָרט, דאָס הייסט, פון דוראַטשעסאָק.

אין די פאַרצייטיקע יאָרן, בּשעת דער לעבעדיקער עולם פלעגט בּאַזוכן די שול בּײיטאָג, װי דער טויטער עולם בּיינאַכט ( בשעת די בעלי:מלאכות, װאָס פלעגן בּויען גלייכצייטיק צװיי שטעט עטלעכע מייל ווייט פון אײינאַנדער פלעגן זיך דערלאַנגען איינער דעם אַנדערן די געצייג, ‏ שמעקן טאַבּאַק פון אײן סאַי בּאַקערקע און זאָגן איינער דעם אַנדערן לריים בּיי אַ שנעפּסל, האָט שוין כעלם געהאַט אַ שם פאַר אַ שאאָט פון גרויסע נאַ= ראָנים, מען פלעגט דערציילן פון זיי גרויסע ווילדע נארישקייטן. מען האָט דערציילט, אַ שטייגער, אַז אין אַ געװיסן אָר, װען עֶס דאָט פאַרפעלט ואַלץ, האָבּן זיי אויף אַ שטיק ליידיקע פעלר,

א 2 יי

*. ג, דיק,

װאָס די האָבּן אָפּנעקױיפט פאַר אַ בּית:עולם, פאַרזייט זאַלץ און האָגן זיך געריכט צו פאַרדינען אָן דעם פיל מער, װי פון קבורה:געלט, קוים אָבּער האָבּן זיי פאַרזייט דאָס זאַלץ, זיינען זוילדע חיות - בּערן און וועלף איבּערגעפאַלן דאָס זאַלץ. אוך האָבּן עס אויסגעלעקט,

עס פאַרשטייט זיך, אַז דאָס האָט דעם דאָרטיקן קִהֵּל זיי= ער פאַרדראָסן, האָבּן זיי געמאַכט אַ גרויסע אַסיפה, און עס איז בּיי זיי געבּליבּן, אַז מען זאָל מאַכן אויף די חיות אַ געיעג, און אַלע, סיי גרויס און קליין, זאָלן אַרױס קעגן די חיות מיט קאָטשערעס און לאָפּאַטעס.

אַזױאַרום אין געװאָרן אַ מוראדיקער געשלעג, אין וועלבןך עס זיינען אומגעקומען אָדעױ פאַרװאונדעט געװאָרן פון ביידע צדדים זייער פיל, |

דאָך אָבּער האָט מען קיין חרטה נישט געהאַט דעריף, ווייל מען האָט זיך געהאַלטן טריי פּיי דעם אַלטן שפּריכװאָרט: ,וואו מען האַקט האָלץ, דאָרט פאַלן שפּענער" און װידער :

ענאַ טאָ װאָינאַ? דאָס הייסט, װי קאָן זיין אַ מלחמה אָן | פאַרוואונדעטע ? איין זאַך האָט זיי אָבּער שטאַרק בּאַזאָרגט, מען האָט געפונען צװוישן די װאָס זיינען נהרג געװאָרן, = איינעם אָן אַ קאָפּ, און מען האָט אים נישט געקאָנט דערקענען, אויבּ אַזױ, קען דאָך בּלייבּן זיין װײיבּ אַן אײיבּיקע עגונה !

האָט מען בּאַלד דערויף אַװעקגעזעצט דעם בית דין, און זי האָבּן געלאָזט אויסרופן מיט אַ חרם, אַז יענע פרוי, װאָס ווייסט נישט, צי איר מאַן לעבּט, צי ער איז אומגעקומען, זאָל זיך מעלדן צום בּית דין

צום גרויסן טרויער פון דער גאַנצער שטאָט אָבּער האָט זיך דוקא געמאָלדן די רבּיצן.

,אוי, איך בִּין די איינציקע, - האָט זי זיך אָפּגערופן צו ‏ זיי, --. װאָס איך ווייס נישט, צי מיין מאַן לעבּט צי נישט".

גוט, ליבּע רבּיצן, -- האָט געזאָגט דער ראש בּית:דין, - מיר האָבּן איינעם אַ דערהרגעטן בּיי אונז, װאָס וועגן אים האָט

די אורחים אין דוראַטשעסאָק:

ויך נאָך קיינער נישט געמאָלדן קאָן זיין, אַז דאָס איז אפשר אייי ער נאָן. זאָגט אונז אַ סימן אױף אים און נעמט אייך אַן אַנדערן. זאָגט אונז נאָר, צי אייער מאַן איז געווען מיט אַ קאָפֹל צי אָן אַ קאָפּ".

,דאָס, רבּותי, -- האָט זי זיך אָפּנערופן, - קאָן איף נישט וויסן, ווייל אַ גאַנצן טאָג האָבּ איך אים נישט זוכה געװען צו זען. ער פלעגט זיצן אײינגעשלאָסן אין זיין חדר מיוחד א'ן געלערנט, און בּיינאַכט איז דאָך פינסטער, איןי קאָן אייך דעֲרי= בער גאָרנישט זאָגן דערויף",

אויבּ אַזױ, - האָט דער ראש בּית:דין געזאָגט, - זאָל מען שיקן פרעגן אין פית:מדרש, ואו איער מאַן פלעגנט דאָווגען. אַהין פלעגט ער דאָך שוין קומען בּייטאָג'.

- , דאָס איז אַ שכל", - האָט זיך די רבּיצן אָפּגערופן.

האָט מען אַהין געשיקט פרעגן, אָבּער מען האָט דאָרט אויך נישט געקאָנט דערגיין, צי איז ער געוען מיט אַ קאָפּ, צי אָן אַ קאָפּ. דער שמש פון בּית:מדרש האָט געענטפערט :

,מיר קאָנען עס נישט וויסן, ווייל ער פלעגט תּמיד קומעך מיט דעם טלית איבּערן קאָפּ",

האָט מען געשיקט פרעגן -- דעם בּעדער, דען וװער קאָן נאָך בּעסער וויסן פון אים ? אין בּאָד גייט מען דאָך שוין נישט מיט אַ טלית איבערן קאָפּ! פאַרקערט, מען גייט דאָרטן אינגאַנצן מוטער-נאקעט, קאָן ער זיין דער בּעסטער עדות.

אָבּער בּיי אַלעם דעם האָט דער בּעדער געענטפערט, אַזֹ ער ווייסט אויך גאָרנישט.

,װאָלט מען בּיי מיר פרעגן אויף אַן אַנדער סימן, װאָלט איך תּבּיף געענטפערט, וי די מעשה איז בּאמת. װייל מען גייט דאָך אין בּאָד נאַקעט, קאָן איך עס אלץ בּאַטראַכטן און יויסן, אָבּער בנוגע צו דעם סימן, צי איז ער געװען מיט אַ קאָפּ, צי אָן אַ קאָפּ, דאָס קאָן איך גיָרנישט װיסן, וייל אין מרחץ בי מיר איז אַ קאָפּ כון אַ מענטשן נישט צו זען. דער רױך, װאָס שטייגט אַרױף אויבּן צום באַלקן, פאַרדעקט אַלע נמעטשל

= 99 --

אה מ. דיק.

די קעפּ, די העלוער בּין די אַלסלען, און, אפּשיטא שוין, האָבּ איך ניש! געקאָנט זען דעם רב, װאָס איז דער מער מיט זיין קאָפּ. אַפּילו זיין פרוי און די בית:ה:דרשניקעס וייסן דאָך נישט, צי ער האָט געהאַט אַ קאָי, צי נישט"

ווייסט איר װאָס ? - האָט זיך אַריינגעמישט איינער פון די דינים. -- לאָמיר וואַרטן נאָך אַ פַּאָר טעג, בּיז ער װעט אָנהױבּן גיין צו חלום דעמאָלט קאָן מען עס שוין ויסן אויף קלאָר, ווייל מען װעט דאָך שוין זען, צי איז ער מיט אַ קאָפּ, צי אָן אַ לאָפּ. | |

;אָט זייט איר מיר אַ חכם! - האָט אים אָפּגעענטפערט דער ראש גית:דין, - צו חלום גייט מען דאָך בּײנאַכט, איב: רערפינסטער, וװועט מען דאָך וייטער נישט ויסן. די רבּיצן ווייסט דאָך טאַקע. נישט, צי אי ער געווען אָן אַ קאָפּ, צי מיט אַ קאָפּ בּלויז דערפאַר, װייל ער פלעגט מער נישט קומען צו ציר וזי בּיינאַכט, אינדער פינסטער".

קורץ דערפון, מען איז משוגע געװאָרן קלערנדיק, װי מען יאֶל עס דערגיין, בּיז דער ראש בּית:דין איז געפאַלן אויף אַ המצאה : |

,ער האָט דאָך געמאַכט אַ סך ספר ם, - האָט ער גע- זאָגט, -- לאָמיר זיי דורכלערנען, װעלן מיר זען, צי ער האָט געהאַט אַ קאָפּ, צי ניין".

דידאָזיקע עצה איז אַלעמען זייער געפעלן געװאָרן, יעדעו דין זאָט דורכגעקוקט זיינעם אַ ספר, און אַלע האָבּן איינשטימיק איינג'צפונען, אַז ער האָט גאָר קיין קאָפּנישט געהאַט .. דע* מאָלט איז געבּליבּ!, אַן דאָס איז דער רב אין מען האָט עס איבּעױיגעגעבּן זיין פּרוי. + .

8 פֿאַרדרייענש,

תש = הם

דאָס איז אַן אמתע געש;כטע, װאָס האָט פּאַס;רט מיַט אַכציִק יאָר צוּריִק מיַט די נוּנצערס, אַ יידײַשע רייכע פֿאַמיִליע איִן אוּנגערלאַנד, דיִדאָזיִקע געש;כטע האָט ניִשט א ר גלייכן מיט ד; בּיזאַהעריקע געשיכטן, זי קאָן דעם קוּמער גוּפֹֿא בּריינגען צוּם לאַכן, מען מוּז זי אָבער לייענען מיט זיִנען אוּן מיַט קאָפּ, ווייל זי איז פֿול מיַט פאַרדרײעניש אוּן וייעניש, מיט שוויָנדל אוּן געבּ;נדל, מִיט ויצן אוּן מיט שפּיצן

ע אמ צר קובג: צום ערשטן מאָל געדרױקט אין יאר 1873

אַ פארדר'ישניש אָדער | ר שטשון נונצער

60 90 9

א. ר' שמעון נונצער און זיין הױיז,

בּעיר, אין דער שטאָט פּרעסבורג האָט דאָ נישט לאַנג געַ= וואוינט אַ גרויסער גביר ר' שמעון נונצער, אַ װאָל-הענדלער, װאָס האָט געמאַכט גרויסע געשעפטן פון ווין בּיז פּעטערבּורג. דער: דאָזיקער מאַן איז געווען אַ גרויסער למדן, פרום, גוט און בּראַװו אין זיינע געשעפטן. לבד אין שטוב אָבּער איז ער געװען אַ בּיטל האַרט, קאַפּריזלעך און שטריינג. ‏ און דאָך דאָט זיין פרױי פּרומע, װאָס מען האָט זי גערופן ,פרומע די פרומע", געוואוסט, וי צו האַנדלען מיט אים און פלענט בּיי אים אויספירן אַלץ, װאָס זי האָט נאָר געװאָלט, דאָס הייסט, װאָס זי פלעגט נאָר איינזען פאַר רעכט. זי איז געווען פיל קליגער פאַר אים און האָט פאַר: שטאַנען אַן ענין בּעסער פאַר אים, אוֹן בּפרט נאָך אין די הױז: זאַכן, זי פלעגט אים לאָזן זיך אויסשרייען און אויסבייזערן, וי דער פישער לאָזט זיך אויסטרייסלען דעם אואַלי) אַזױי, אַן נאָכ דעם קאָן ער אים נעמען מיט די װענט. פּאַלד דערויף פלעגט ער שין פּעסער װערן און אין שטובּ פלעגט מען נישט הערן קיין קולות, |

-- מין פיש, װאָס הײסט גיז אונז וויינגער, אין די האַרעמ לענדער איז ער זײער געפצרלצך פאַר מענטשן אָדער חיות,

= יי א

א. מ. דיק.

דאָס װייבּ איז ביי אים זייער חשוב געװען פאַר אירע גרויסע מעלות, אָבּער מיט גרויסע מעלות האָט זיך אויך אויס. געצייכנט זייער איינציקע טאָכטער, װאָס אַלע האָבּן זי גערופן די שיינע תרצה, וייל זי איז געװען זײיער א שיין און גוט מיידל, זי האָט אויך געשפּילט קלאַױיר און געקאָנט עטלעבע לשונות, |

בּיי ר' שמעון גונצער אין שטובּ האָט זיך נאָך אויפגע? האַלטן א מיידל - אַ יתומה, װאָס האָט געהייסן רייזל פינקעלי זי איז אויך געווען אַ שיין און אַנטװיקלט מיידל, דערצו איז זי געווען זייער רֵייך. איר פאָטער, ר' הלל נונצער (ר' שמעונס 8 ברודער), האָט פאַרן טוט איבּערגעלאָזט אַ גרויס פאַרמעגן און האָט געמאַכט זיין בּרודער שמעון פאַר אַן אָפּעקון איבּער זיין טאָכטער, מיט תּרצהן איז זי כּמעט געװװען אין איין עלטער. רייזלס בּרודער אָבּער איז שוין דאָן געווען אין די יאָרן: סך-הכּל יינגער פון זיין פעטער שמעון מיט אַכט יאָר. ער איז געװען זייער אַ פעאיקער סוחר, און האָט געקאָנט איבּערנעמען דעם פאָי טערס געשעפטן.

רייזל איז געווען זייער בּאַליבּט בּיי איר פעטער און בי דער מומען, און מיט תּרצהן האָט זי זיך געהאַלטן װי אַ לייבּ. לעכע שװעסטער, אויף זיי האָט מען בּאמת געקאָנט דאָט זיינען צוויי גופים מיט איין נשמה. |

איידער מיר װעלן ענדיקן דאָס קאַפּיטל, מון נאך צוגעבן, אַז ר' שמעון איז אין דער צייט, ויען עס ויך אָן אונזער געשיכטט, אַלט געווען זעקט און דרייסיק יאָר, ג+ תּרצה זיבּעצן יאָר. זי האָט אָבּער אויסגעזען װי אַ מיידל פון צו גבציק יאָר, די עלטערן האָבּן שוֹין געטראַכט פון אַ שידוך און הפָּפ. געעפנט זייערע שירן פֿאַר שכנים,

8 4 דער פּלימעניק גרשון נונצער,

ומחיות און אַזוֹי װי רייזל פינקעלס פּרודער, ד' הללס זין, - װאָס מיר האָבּן פריער דערמאָנט בּלוֹיז פאַרבּײגײענדיק, איז די רעכטע אַקס, װאָס אויף איר װעט זיך דרײען דער גאַנצער פּלאָנטער פון דערדאָזיקער געשיכטע, מוזן מיר זיך קודם נענטער בּאַקענען מיט דעמדאָױקן יונגנמאַן, װאָס איו דעמאָלט אַלט געװען אַ יאָר זיבן און צװאַנציק. געהייסן האָט ער נרשו. נונצער. ער איז געווען איינער פון די שענסטע יונגעלײט אין זיין שטאָט.

ער איז געווען שיין געװאָקסן, שיין אין געזיכט, געזונט, און לעבּעדיק, און אַן אויסגעצייכנטער סוחר, װעגן זיין פֿאַר. מעגן האָגן מיר שוין פריער דערמאָגט, דאָס הײסט, אַז פֿוגם פאָטער אין אים געכליבן אַ גרױסע ירוֹשׂה. פכלל אי אים געגאַנגען זייער גוט,

כײ אַלעם דעם אָבּער איז ער ביי זיין פעטער שמעון געווען נישט זייער תּקִיף, אַװי װייט נישט תּקיף, אַו ער, |' שמעון, האָט אים פאַרבּאָטן צו קומען צו אים.

געוװאױינט האָט ער אַ מײל צװאַנציק פון פרעסברג, וואוהין ער פלעגט קומען גאַנץ אָפּט. פאַרפאָרן פלעגט ער נישט' צּו שמעוגען, נאָר צו זיינעם אַ קרוב פון דער מוטערס צד - צר אהרון בּראַכמאַן, װאָס האָט אים זײיער ליב געהאַט. און דאָרט פלעגט ער זיך טאַקע טרעפן מיט זיין שװעסטער, עפטער פלעגט זי קומען אַהין מיט תרצהן. |

גרשון מיט תּרְצֹּהן זיינען געפעלן געװאָרן אײינאַנדער און - דער סוף איז געווען, אַז זיי האָבּן זיך פאַרליכט. דידאָזיקע ליבּע

א 2 א

א. מ. דיק.

איז דערווייל נאָך געווען אַ סוד פאַר תּרצהס עלטערן און פאַר פרעמדע. דערפון האָט נאָר געוואוסט דאָס פאַרליבטע פּאָרל,

בּיידע האָבּן אָבּער גאָרנישט געהאָפּט, אַז פון דערדאָזיקער ליבּע זאָל זיך אַמאָל אױסלאָון אַ חתונה... סיידן, אַז שמעון זאָל, חלילה שטאַרבּן, און דאָס האָבּן זי בּשום אופן נישט גע= װאָלט. הי

פאַרװאָט האָט שמעון פיינט געהאָט דעם פּלימעניק.? שווער צו ענטפערן דערויף, מאַנכע זאָגן, אַז די פיינטשאַפט האָט גע= שטאַמט דערפון, װאָס שמעון איז געווען צו:פרום און גרשון צוֹ= ‏ - לופטיק. דערדאָזיקער גרשון, אַ שטייגער, האָט ליב געהאַט דאָס

יט

טעאַטער, אַ פּראָפּעראַנס און דעסגלייכן, אַ שוֹל אָבּער, א שול, וואו מען דאַװנט און מען לערנט, האָט ער ליב געהאַט אויס- צעווייכן, . , :

עס קאָן זייער מעגלעך זיין, אַז דאָס זאָל זיין די סיבּה פון ר' שמעונס פיינטשאַפט צו זיין פּלימעניק. טרעפט דאָך, אַו אַ אייגן קינד װערט אויך פאַרהאַסט פון די צערטלעכסטע על טערן פאַר אַזעלכע זאַכן, אנדערע אָבֹּער זאָגן, אַז די שנאה האָט געשטאַמט פון געלט-זאַכן, דער פעטער האָט אים געװאָלט אַרײיננעמען צו זיך אין שטוב צוזאַמען מיט זיין פאַרמעגן, אָבּער גרשון איז נישט איינגעגאַנגען דערויף. פאַראַן, װידער, נאָך אַ השערה וועגן דערדאָזיקער פיינטשאַפט, װאָס דו, מיין ליבּע לעזע- רין װעסט אפשר לאַכן דערפון, אָבּער איך בּין מיך מודה, אַז מיר לייגט זיך דאָס דוקא אויפן שכל און איך מיין, אַז דאָס איז די ריכטיקסטע השערה: זיי זיינען געווען צופיל ענל עך צו אײנאַנ- דער, ווי צוויי טראָפּנס װאַסער.

די אַכֹט יאָר, מיט וועלכע שמעון איז געװען עלטער פאַר זיין פּלימעניק, האָבֹן זייער. װייניק געענדערט די ענלעכקייט. ווען נישט די פאַרשײידענע קליידער, װאָס זיי האָבּן געטראָגן, װאָלט אַפילו דאָס װייבּ און די טאָכטער זיי נישט געקאָנט אונ- טערשיידן, אַפילו דער קול אין אױיך געװען דערזעלבּער בי גיידן | | |

4

ר' שמעון נונצער'

דער מאַקאַנטער עולם האָט געהאַט נישט װײניק צו ריידן און צו לאַכן פון דערדאָזיקער ענלעכקייט, אַזױ, אַז ר' שמעון האָט זיך געװאָלט כּמה מאָל ממש בּאַגראָבּן. אַזױ, למשל, האָבּן כּמה מענטשן געשוארן, אַז זיי האָבּן געזען װי ר' שמעון בוֹ1- צער האָט געטאַנצט אויף אַ בּאַל מיט אַ שיין מיידל, הנם דאָס איז גאָר גרשון געווען. אן אַז זיי האָבּן געזען, װי גרשוך לאַכט פון אַ פּרוש אָדער אַ גוטן יידן, האָבּן זײי דערציילט, אַזֹ ר' שמעון נונצער האָט חזק געמאַכט פון אַ תּלמיד:חכם,

ר' שמעון פלעגט אויך טײילמאָל מוון בּאַצאָלן, װאָס גרשון האָט אָנגענומען אין קראָם, אין אַ טראַקטיר און דעסגלייכן. ער פלעגט מוזן בּאַצאָלן מיט גרויס חרפּה און בּושה, דורך דער פּאָ: ליציי, און גרשון פלעגט עס טײלמאָל אומישנע טאָן אַזױ, וייל ער האָט בּאמת פיינט געהאַט דעם פעטער און האָט אים געהאַלטן פאַר אַ צבוע,

דאָס אַלץ האָט דערפירט דערצו, אַז דער פעטער אי געײ װאָרן דעם פּלימעניק אַ דם:שונא, און האָט זיך צוליפּ דעם אָנ: געטאָן אין א פּאַרוק און גאַנץ יידישלעך געקלײידט, כֹּדי מעך זאָל אים קאָנען אונטערשיידן פון מאַרהאַסטן פּלימעניק,

צום פעטער האָט שוין גרשון, נאַטירלעך, נישט געקאָנט גיין, און אַפילו מיט זיין אייגענער שװעסטער האָט ער זיך גע= מוזט זען בּיי זיין פריינט און קרוב אהרון בּראַכמאַן,

דער שלים-מזל בּאַגײט זיך אָבּער מיט אַלעמען אױף זייך שטייגער. ער טוט על-פיירוב צו להכעיס און שיקט יעדערן צױ אַן איידעם, װאָס איז גאָר דער הפּוך פון דעם, װאָס מען ווינשט זיך. דעם פרומען שיקט ער צו אַן אויפגעקלערטן, דעם אפ געקלערטן אַ טױגעניכטס, און דעם סוחר אַ בּאַנקקװעטשער. אַזױ איז ער זיך דאָ אויך באַנאַנגען. גראָד האָט זיך ר' שמעונס טאָכטער פאַרליבּט אין זיין פאַרהאַסטן פלימעניק און דער פאַרהאַסטער פּלימעניק אין זיין טאָכטער. דידאָזיקע געשיכטע איז אָבּער אַזױ פאַרפּלאָנטערט, אַזױ צעמישט און פאַרדרײט, אַז'

= יי יי

א מ. דיק

איך ווייס נישט, צי װע? איך מיך קאָנען אַרױסדרײען פון דעם: דאָזיקן פּלאָנטער, אָן אַ פאַרפּלאָנטערטן קאָפּ,

ג דער שידוך,

מבחר השידוכים, און אָט האָט זיך געמאַכט אַ שידוך, װאָס איז געווען דער בעסטער פון אַלע שידוכים און װאָס האָט שטאַרק אויסגענומען בּיי ר' שמעון נונצער. דער חתן איז געווען איינער אַ געוויסער אברהם קעמרער, א זון פון דעם בּאַקאַנטן ר' דוד קעמדער. ער האָט געשטאַמט פון א יידיש הויז פון דער אַלטער וועלט, איז געווען זייער רייך און האָט געהאַט אַ קאַנ" טאָר אין ווין גופא, |

דעמדאָזיקן שידוך האָט ר' שמעון שוין נישט געװאָלט אייג- לאָזן, ער האָט זיך געווענדט נאָך ידיעות צו זיינע בּאַקאַנטע, און אַלע האָבּן דעם יונגנמאַן זייער געלױבּט. עס איז דערגאַנגען אַזױ ווייט, אַז ר' שמעון, װאָס האָט געהאַט געשעפטן אין ווין, איז צוגעפאָרן אין דערדאָזיקער שטאָט, צו זען מיט זיינע איי* גענע אויגן דעם חתן, און קוים ער װעט אים געפעלן, װעט ער אים מיטנעמען אַהים, צו ווייזן אים זיין טאָכטער,

דידאָזיקע נסיעה אַהין און צוריק האָט בּאראַרפט געדויערן אַ װאָכן פיר. פאַר זיין אָפּפּאָר האָט ר' שמעון זיך בּאַדאַכט מיט זיין ווייבּ און טאָכטער, זיי האָבּן נישט געהאַט מיט װאָס איינצע: ווענדן, אַז ער דאַרף נישט פאָרן, און די טאָכטער האָט געמוזט / שווייגן פון איר ליבּע. דאָס גאַנצע האַרץ האָט זי נאָר אויסגע* 1סן פאַר רייזלען,

ר' שמעון נונצער

, דו ווייסט רייזעלע, -- האָט זי אַ זאָג געטאָן, - וואוהין מיין פעטער איז געפּאָרן! ער איז געפאָרן קיין װין נאָך א חתן, ער וויל מיך חתונה מאַכן,, . אונזערע עלטערן פאַרהאַנדלען אונז װי אַ שטיקל סחורה. מען פרעגט גאָרנישט בּיײי אונז און מען רעדט נישט מיט אונז. רייזעלע, זאָג װאָס טוט מען איך האָבּ גאָר ליב דיין בּרודער. דער חתן מעג קומען מיט מיליאָנען, געצירט מיט דער גרעסטער השלמה, װעל איך אים דאָך נישט אָננעמען. איך װעל בּעסער בּלייבּן זיצן אַן אַלטע מויד,. "

און װי זי רעדט אַזױ און צעװיינט זיך שטיל, איז אַרײנ. געקומען דאָס דינסטמיידל פון דעם אהרן בּראַכמאַנען און האָט זיך אָנגערופן צו רייזלען:

,דער בּאַלעבּאָס שרייבּט איצט אַ צריוו צו אייער פרודער גרשון, האָט ער מיך געשיקט אייך זאָגן, אַז אוב איר װילט, קאָנט איר דאָרט עפּעס צושרייבן.

דערהערט דידאָזיקע ווערטער, האָט תּרצה געבּעטן רייולען, אַז זי זאָל גיין אַהין און זאָל צושרייבּן אין בּרי, אַן מען צווינגט זי צו ווערן אַ כּלה, און עט קומט א סוף צו איר ליבּֿע.

רייזעלע איז בּאַלד אַװעק צו איר קרוב, און אַז זי אי אַרײן אין שטוב, האָט זי דאָרט געטראָפן איר בּרודער, װאָט האָט געהאָט אַזאַ מינע, װי ער װאָלט זיך אױסבּאַהאַלטן..

רייזעלע האָט אים געפרעגט:

,װאָס איז מיט דיר געשען !*

ענטפערט איר גרשון :

, שרעק דיך נישט, איך על דיר דערציילן, אייערנעכטן האָבּן מיר געשפּילט אין פּראָפעראַנס. אין דער קאָמפּאַניע אין אויך געווען עפּעס אַ אָפיציר. װאָ איך זיך מיט אים צעװערטלט און דערנאָך זיך צעשלאָגן. אַזױ װי מען קאָן מיך אַרעסטירן, האָבּ איך מיך איבּערגעפּעקלט אַהער. מסתּמא װעל איך בּאַלך פאָרן צוריק, מיינע גוטע פריינט װעלן מיט אים שוין דורכקומען, ער איז אַ גרויסער קבּצן, דער אָפיציר, און בּרויכט זייער נויטיק געלט,*

א. מ. דיק.

רייזעלע האָט זיך געכאַפּט פארן קאָפּ און גענומען מוסױף

דעם בּרודער:

/, שוין צייט דו זאָלסט װערן אַ בּיסל סאָלידער, - האָט זי" געזאָגט. -- די פּראָפּעראַנסן װועלן דיך מיט דער צייט אומבַּרעב= גען. װי אַזױ שטעלסטו זיך אונטער צו שלאָגן אַ מאַיאָר. מיין נישט, אַז עס. װעט דיר אַזױ גלאַט איבּערגיין. דו װייסט דאָך, װאָס דער איציק שיפרעס האָט געהאַט, וװען ער האָט נאָר